עריכת הדף "
בשורת הגאולה יז
" (פסקה)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אזהרה:
אינכם מחוברים לחשבון. כתובת ה־IP שלכם תוצג בפומבי אם תבצעו עריכות כלשהן. אם
תיכנסו לחשבון
או
תיצרו חשבון
, העריכות שלכם תיוחסנה לשם המשתמש שלכם ותקבלו גם יתרונות אחרים.
בדיקת אנטי־ספאם.
אין
למלא שדה זה!
{{בשורת הגאולה}} קומענדיק פון די ימי הפורים – טעג פון נסים, וואָס דער אויבערשטער האָט באוויזן "בימים ההם בזמן הזה", און דערנעענטערנדיק זיך צו חג הפסח – ווען מיר פּראַווען דעם יום־טוב פון "זמן חרותנו" און מיר דאַנקען דעם אויבערשטן פאַר די ניסים ונפלאות וועלכע ער האָט באוויזן ביי יציאת מצרים – איז איצט די פּאסיקע צייט צו ציען די פולע אויפמערקזאמקייט אויף די נסים ונפלאות וועלכע האבן פּאַסירט נאָענט צו דעם הינטיקן פורים. דאָס זיינען געווען '''נסים גלויים''' אפענע נסים, ניט נאָר פֿאַר אידן, נאָר אויך פֿאַר אַלע פעלקער, ביז אַז "ראו כל אפסי ארץ", אַלע האָבן געזען די גרויסע נסים וואָס זיינען פארגעקומען אין דעם זמן. . . . לויט די נאַטירלעכע אומשטענדן אין דער וועלט, האָט עס געהאַלטן דערביי, אַז עס זאל זיין ניט נאָר אַ מלחמה ערקלערונג א.ז.וו. נאָר אַז די מלחמה זאָל אַריינציען מערערע פעלקער און זיך צעפּלאַקערן אין אַ וועלט־קריג, ר"ל – און למעלה מדרך הטבע הרגיל, איז ניט בלויז אויסגעמיטן געוואָרן אַ וועלט־מלחמה, נאָר אויך די שוין אנגעהויבענע מלחמה איז איינגעשטילט געוואָרן. בעת אַלע סימנים האָבן געוויזן, אז מ'דארף דערוואַרטן אַ שווערע מלחמה, און צוגרייטן אַ גאָר גרויסע אַרמיי מיט אַ סך כלי זיין און דוקא פון די נייעסטע, און נאָך די אַלע צוגרייטונגען ווי ס'איז דער סדר ווען מ'גרייט זיך צו אַ לאַנגער מלחמה, וואָס דאַרף דויערן וואָכן, חדשים – איז דער נצחון געקומען אין גאָר אַ קורצער צייט! דער נצחון איז געווען אַזוי וואונדערלעך, אַז ער האָט ניט נאָר פֿאַרמיטן אַ סך שפיכות דמים צווישן אומות העולם (ווי מ'האט מורא געהאַט), נאָר האָט געבראַכט דערצו, אַז דער שונא זאָל באַפֿרייען, אין אַ גוטן אופן, אַ טייל פון די מלחמה־געפאנגענע און אפילו אַ טייל פון די געפאנגענע פון פריער. . . . און נאך מער: די וועלכע "ווייסן וואָס ס'טוט זיך אינעווייניק" – זיינען באַקאַנט מיט גאָר אַ סך איינצלהייטן וועלכע דערגרייכן ניט צו דער עפנטלעכקייט – באַגרייפן אַ סך מער דעם וואונדער פון די נסים ונפלאות בזמן הזה בימים אלה. <nowiki>*</nowiki> * * במשך פון דעם יאָר – אויף וועלכן אידן גיבן דעם נאמען און סימן: "'''ה'''יה '''ת'''הא '''ש'''נת '''נ'''פלאות '''א'''ראנו", און נאָך פֿאַר דעם, ביים סוף פון פאַרגאַנגענעם יאר, באַצייכנט פון אידן מיטן סימן "'''ה'''יה '''ת'''הא '''ש'''נת '''נ'''סים" – איז פיל מאָל באַטאָנט געוואָרן בנוגע וואָס חז"ל האָבן פאראויס געזאָגט (אין ילקוט שמעוני ישעי' רמז תצט) וועגן די מלחמות וועלכע וועלן פארקומען אין יענעם טייל פון וועלט, אַז דאָס זיינען פון די סימנים אַז אָט־אט קומט די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו. און אין אָנבליק פון די אויבנדערמאנטע געשעענישן און נסים, דאַרף נאָך שטאַרקער ווערן דער באוואוסטזיין, אַז דאָס איז די צייט פון הכנה קרובה צו דער ערפילונג פון דער הבטחה "והיתה לה' המלוכה"<ref name=":0">עובדי' א, כא.</ref>, ווען אַלע פעלקער וועלן זיין איבערצייגט אז "יש בעל הבית לבירה זו"<ref name=":1">ראה ב"ר רפל"ט.</ref>, און די אַנערקענונג וועט זיי ברענגען "לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד"<ref name=":2">צפני' ג, ט. וראה רמב"ם הל' מלכים ספי"א.</ref>. (ממכתב כללי, כ"ה אדר תנש"א)
תקציר:
לתשומת ליבך: תרומתך לאתר חב"דטקסט תפורסם לפי תנאי הרישיון רישיון חופשי למסמכים של גנו גרסה 1.3 או חדשה יותר (אפשר לעיין בדף
חב"דטקסט:זכויות יוצרים
לפרטים נוספים). אם אינך רוצה שעבודתך תהיה זמינה לעריכה על־ידי אחרים, שתופץ לעיני כול, ושאחרים יוכלו להעתיק ממנה תוך ציון המקור – אין לפרסם אותה פה.
כמו־כן, שמירת העריכה משמעה הבטחה שכתבת את הטקסט הזה בעצמך או העתקת אותו ממקור בנחלת הכלל (שאינו מוגבל בזכויות יוצרים) או מקור חופשי דומה.
אין לשלוח חומר מוגבל בזכויות יוצרים ללא רשות!
ביטול
עזרה בעריכה
(נפתח בחלון חדש)
תפריט ניווט
כלים אישיים
לא בחשבון
שיחה
תרומות
יצירת חשבון
כניסה לחשבון
מרחבי שם
דף
שיחה
עברית
צפיות
קריאה
עריכה
עריכת קוד מקור
גרסאות קודמות
עוד
ניווט
עמוד ראשי
שינויים אחרונים
דף אקראי
אולם דיונים
אתרים נוספים
חב"דפדיה העברית
חב"דציטוט
כלים
דפים המקושרים לכאן
שינויים בדפים המקושרים
דפים מיוחדים
מידע על הדף