פתיחת התפריט הראשי
דף הבית
אקראי
כניסה לחשבון
הגדרות
אודות חב"דטקסט
חב"דטקסט
חיפוש
עריכת הדף "
מכתבים כלליים לראש השנה תשנ"ב
"
אזהרה:
אינכם מחוברים לחשבון. כתובת ה־IP שלכם תוצג בפומבי אם תבצעו עריכות כלשהן. אם
תיכנסו לחשבון
או
תיצרו חשבון
, העריכות שלכם תיוחסנה לשם המשתמש שלכם ותקבלו גם יתרונות אחרים.
בדיקת אנטי־ספאם.
אין
למלא שדה זה!
{{ספר השיחות תשמ"ז-תשנ"ב}} == יום ד' פ' תבוא אל הארץ גו', ח"י אלול תנש"א == ב"ה, יום ד' פ' תבוא<ref>'''פ' תבוא:''' ראה מכתב עש"ק ח"י אלול ה'תשד"מ הערה ד"ה זה (לקו"ש חכ"ד ע' 641). לקו"ש (חל"ד) תבוא תשמ"ז הערה 1.</ref> אל הארץ גו', ח"י אלול<ref>'''פ' תבוא . . ח"י אלול:''' להעיר מתורות הבעש"ט בפסוקי ריש פרשת תבוא שנאמרו בש"פ תבוא ח"י אלול תרנ"ב ("היום יום" ח"י אלול. כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) הוספות סי' ג. ספר השיחות תרצ"ז ע' 207). וראה סה"ש תשמ"ז – שיחת ש"פ תבוא, ח"י אלול. הנסמן במכתב ח"י אלול ה'תשמ"ה הערה ד"ה זה (לקו"ש חכ"ט ע' 515).</ref>, ה'תנש"א ברוקלין, נ.י. אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם ה' עליהם יחיו שלום וברכה! ח"י אלול איז, ווי באַוואוסט, דער געבורטסטאָג פון די '''שני המאורות הגדולים'''<ref>'''ח"י אלול . . דער געבורטסטאָג פון די שני המאורות הגדולים:''' שיחת ח"י אלול ה'תש"ג (ספר השיחות ה'תש"ג ע' 141 ואילך). וראה לקו"ש חכ"ד שיחה לח"י אלול (ע' 178 ואילך), ובהנסמן שם. וראה הנסמן במכתב ח"י אלול ה'תש"נ הערה ד"ה ח"י אלול, דער געבורטסטאָג (סה"ש תנש"א ח"ב ע' 859).</ref> (די צוויי גרויסע ליכט־קוואַלן), גדולי ישראל אין זייערע דורות און אין די נאָכקומענדיקע דורות – דער בעל־שם־טוב<ref>'''בעל־שם־טוב:''' ראה לקו"ש ח"ח ע' 27 הערה 42, ובשוה"ג שם.</ref>, מייסד תורת החסידות הכללית (אין יאָר נח"ת<ref>'''אין יאָר נח"ת:''' ראה לקו"ד כרך א לא, א ואילך. שיחת ח"י אלול וכ' אלול ה'תש"ג הנ"ל (ספר השיחות שם ע' 146. שם ע' 188).</ref>), און דער אַלטער רבי, מייסד תורת חסידות חב"ד, בעל התניא והשולחן־ערוך<ref>'''בעל התניא והשולחן־ערוך:''' ראה לקו"ש ח"ו ע' 36 ואילך, ובהערה 14 שם.</ref> (אין יאָר קה"ת<ref>'''אין יאָר קה"ת:''' ראה שיחת כ' אלול הנ"ל (ספר השיחות שם ע' .)188</ref>). און דאָס ווערט נאָך מער אונטערשטראָכן לויט דער קביעות פון היינטיקן יאָר, ווען ח"י אלול קומט־אויס מיטוואָך, דער פערטער טאָג פון מעשה־בראשית, אין וועלכן די "שני המאורות הגדולים"<ref>'''ח"י אלול . . מיטוואָך . . "שני המאורות הגדולים":''' ראה שיחת ח"י אלול ה'תש"ה סי"ד (לקו"ד כרך ג תפ, סע"ב. ספר השיחות ה'תש"ה ע' 129). שבח"י אלול תק"ה (שאז נולד רבינו הזקן) – שהקביעות דח"י אלול אז היתה ביום הרביעי – אמר הבעש"ט לתלמידיו, אשר „ביום הרביעי וואָס בו נתלו המאורות, איז אין דעם יום הרביעי פון קומי אורי (הפטרת ש"פ תבוא – ישעי' ס, א) אַראָפּגעקומען אַ נשמה חדשה וועלכע וועט באַלייכטן די וועלט אין תורה הנגלית והחסידות".</ref> (די זון און די לבנה)<ref>'''"שני המאורות הגדולים" (די זון און די לבנה):''' וגם הכוכבים. אשר כאו"א מבנ"י דוגמתם (ראה שמו"ר פט"ו, כו. במדב"ר פ"ב, יג. ועוד). ובעבודה: המאור הגדול – תושב"כ, המאור הקטן – תושבע"פ, והכוכבים – מצוות (ראה של"ה טז, סע"א. קצא, רע"א (הובא באוה"ת בראשית לו, סע"ב. נ"ך כרך א ע' ריז. ועוד). ד"ה לסוסתי תקס"ד (לקו"ת שה"ש יא, ד. סה"מ תקס"ד ע' ג. שם ע' רמט ואילך. מאמרי אדמו"ר האמצעי דרושי חתונה ח"א ע' כט ואילך). לקו"ש ח"ל ע' 10 ואילך).</ref> האָבן אָנגעהויבן שיינען<ref>'''מיטוואָך . . "שני המאורות הגדולים" . . אָנגעהויבן שיינען:''' בראשית א, טז ואילך.</ref> און באַלייכטן די ערד. פון די הויפּט־נקודות אין תורת הבעל־שם־טוב<ref>'''פון די הויפּט־נקודות אין תורת הבעל־שם־טוב . . השגחה־פרטית:''' ראה בארוכה כתר שם טוב הוספות סי' קיט ואילך. וש"נ. קונטרס השגחה פרטית (לקו"ש ח"ח ע' 277 ואילך).</ref> (און וואָס ווערט אויספירלעך ערקלערט אין תורת חסידות חב"ד) איז דער ענין פון '''השגחה־פרטית'''<ref>'''דער ענין פון השגחה־פרטית:''' וידועה ראיית אדה"ז מחולין (סג, א) משלך. וראה לקו"ש ח"ז ע' 63. ח"ל ע' 149־50.</ref>, אַז יעדע זאַך וואָס פּאַסירט אין דער וועלט, ניט בלויז בשייכות צום מין המדבר (מענטשן)<ref>'''ניט בלויז בשייכות צום מין המדבר (מענטשן):''' דבזה כו"ע מודים (גם לולא חידוש הבעש"ט) – ראה קונטרס הנ"ל (לקו"ש ח"ח ע' 278 ואילך).</ref>, נאָר אויך בנוגע בעלי חיים, און אפילו צומח און דומם – איז ניט צופעליק ח"ו, נאָר מיט אַ כוונה פון דעם בורא עולם ומנהיגו. און אַוודאי איז עס אַזוי באַ יעדער פּאַסירונג וואָס איז פאַרבונדן מיט אידן<ref>'''און אַוודאי . . יעדער פּאַסירונג . . פאַרבונדן מיט אידן:''' ראה לקו"ד כרך א פד, סע"א ואילך (נעתק בכתר שם טוב שם סי' קכ): די השגחה פרטית וואָס על עם קרובו ית' דאָס קען מען גאָר ניט אויסמאָלן . . דאָס וואָס עס איז נוגע אַ אידן הוא בהשגחה פרטית וואָס מען קען דאָס ניט פאַרשטיין. וראה לקו"ש ח"ל ע' 149 ואילך.</ref>, ובפרט מיט צדיקים און נשיאי ישראל, וואָס בנוגע זיי איז די השגחה עליונה אין אַן אופן מיוחד<ref>'''ובפרט מיט צדיקים . . השגחה עליונה אין אַן אופן מיוחד:''' כמ"ש (תהלים לג, יח. לד, טז) עין ה' אל יראיו, עיני ה' אל צדיקים. וראה זח"ג (אד"ר) קל, א. וראה פרטי הדרגות בתו"א וירא (טו, ב). לקו"ת ראה סד"ה כי תשמע (ובקיצורים שם). וראה גם אוה"ת וירא ד"ה אשר יאמר היום. ועוד.</ref> און יעדער פרט אין זייערע פּאַסירונגען האָט אין זיך אַ ספּעציעלע כוונה. דערפון פאַרשטייט מען, אַז וויבאַלד דער געבורטסטאָג פון די "שני המאורות הגדולים" איז געווען אין חודש אלול, איז עס אַ באַווייז אויף זייער ספּעציעלער פאַרבינדונג מיטן אַלגעמיינעם אינהאַלט פון דעם חודש – די צייט פון חשבון הנפש<ref>'''חודש אלול . . חשבון־הנפש:''' ראה סה"מ תרצ"ו ס"ע 141 ואילך. תרח"ץ ס"ע סו. סה"מ אידיש ע' 75. שם ע' 129. ובכ"מ. וראה סה"מ מלוקט ח"ג ע' כ, ובהנסמן שם הערה 65.</ref> פונעם פאַרגאַנגענעם יאָר און פון צוגרייטונג צום נייעם יאָר הבא עלינו לטובה. דער ענין ווערט אַרויסגעבראַכט און באַלויכטן אין דעם "פתגם"<ref>'''דעם "פתגם":''' שיחת ח"י אלול ה'תש"ה ס"א (לקו"ד כרך ג ע' 946. ספר השיחות ה'תש"ה ע' 122). נת' בלקו"ש חי"ט שיחה לח"י אלול (ע' 250 ואילך). חכ"ט שיחה לח"י אלול (ע' 161 ואילך).</ref> פון חסידים, איבערגעגעבן פון דעם רבי'ן דעם שווער, אַז "ח"י אלול איז דער טאָג וואָס ברענגט אַ '''לעבן''' אין אלול . . ח"י אלול גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי<ref>'''אני לדודי ודודי לי:''' (שה"ש ו, ג) ר"ת אלול – אבודרהם סדר תפלת ר"ה ופירושה פ"א. פע"ח שער כד (שער ר"ה) פ"א. שער הפסוקים להאריז"ל עה"פ. ב"ח לטור או"ח הל' ר"ה סתקפ"א (ד"ה והעבירו). הנסמן בסה"מ מלוקט ח"ב ע' פב הערה 67.</ref>". אויך איז באַוואוסט, אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס דער גאַנצער חודש אלול איז אַ זמן פון חשבון הנפש פון פאַרגייענדען יאָר און הכנה צום נייעם יאָר, זיינען די לעצטע צוועלף טעג פון חודש אלול, אָנהויבנדיק פון ח"י אלול, אויסגעטיילט דערמיט וואָס יעדער פון די צוועלף טעג איז פאַרבונדן מיט איינעם פון די צוועלף חדשים פונעם יאָר – יום לחודש<ref>'''באַוואוסט . . יום לחודש:''' שיחת ח"י אלול ה'תש"ג הנ"ל (ספר השיחות ה'תש"ג ע' 177. שם ע' 179).</ref> – און ח"י אלול, דער ערשטער פון די צוועלף טעג, איז אַנטקעגן דעם ערשטן פון די צוועלף חדשים, דעם חודש תשרי<ref>'''חודש תשרי:''' אשר התחלתו וראשו הוא יום ראש־השנה.</ref>. אַזוי אַרום פאַרבינדט דער טאָג פון ח"י אלול דעם ראש־השנה פון פאָריקן יאָר מיטן ראש־השנה פון נייעם יאָר. <nowiki>*</nowiki> * * ראש השנה באַנייט דער אויבערשטער דעם חיות און קיום פון גאַנצן באַשאַף. יעדן יאָר אין דעם זמן קומט אַראָפּ פון־דאָס־ניי אַ ג־טלעכער חיות<ref>'''יעדן יאָר . . קומט אַראָפּ פון־דאָס־ניי אַ ג־טלעכער חיות:''' ראה גם תניא אגה"ק סי"ד.</ref> צו באַלעבן די גאַנצע בריאה במשך דעם קומענדיקן יאָר (ביז דעם ראש השנה פון נעקסטן יאָר). דערפאַר ווערט דער טאָג אָנגערופן "'''ראש''' השנה"<ref>'''דערפאַר ווערט דער טאָג אָנגערופן "ראש השנה":''' ראה לקו"ת תבוא מא, ג. נצבים מז, א־ב. דרושים לר"ה נח, א־ב. עטרת ראש שער ר"ה בתחילתו. אוה"ת דרושים לר"ה כרך ה ע' ב'עז ואילך. המשך וככה תרל"ז ע' קכח. ובכ"מ.</ref> (דער "'''קאָפּ'''" פון יאָר) – און ניט "תחילת השנה"<ref>'''און ניט "תחילת השנה":''' כמו שאומרים בתפלת מוסף דר"ה (מר"ה כז, א) "זה היום תחלת מעשיך". וראה המשך תרס"ו ע' טז. שם ע' כ. ובכ"מ.</ref> – ווייל פּונקט ווי מיר זעען אין לעבן פון אַ מענטשן, אַז דער קאָפּ איז דער מקור וואָס פון אים ווערט פאַנאַנדערגעשפּרייט דער חיות הנפש אין גאַנצן קערפּער, פון "קאָפּ" צו יעדן אבר – אַזוי איז אויך "ראש השנה" דער "קאָפּ", דער מקור פון באַנייטן חיות אויפן גאַנצן יאָר, און פון ראש השנה ווערט דער חיות פאַנאַנדערגעטיילט צו יעדן טאָג פון יאָר. און דאָס איז דער באַדייט פון דעם דין ומשפט פון ראש השנה, וואָס איז דער יום הדין ניט נאָר פאַר דעם עם ישראל, נאָר אויך פאַר אַלע פעלקער און באַשעפענישן; ווי מיר זאָגן אין די תפלות פון ראש־השנה: "ועל המדינות בו יאמר"<ref>'''ועל המדינות בו יאמר:''' תפלת מוסף דר"ה ("אתה זוכר"), מירושלמי ר"ה פ"א ה"ג. ויק"ר רפכ"ט. יל"ש עה"פ (פנחס כט, א) ובחודש השביעי (רמז תשפב).</ref>, "זכר כל היצור לפניך בא"<ref>'''זכר כל היצור לפניך בא:''' תפלת מוסף דר"ה (שם).</ref>, "וכל באי עולם יעברון לפניך"<ref>'''וכל באי עולם יעברון לפניך:''' פיוט "ונתנה תוקף" בתפלת מוסף דר"ה ויוהכ"פ, מר"ה יח, א. ירושלמי ר"ה שם.</ref>. וואָרום דער משפט באַציט זיך צו דער אַלגעמיינער באַנייאונג פון דעם ג־טלעכן חיות פון דער גאַנצער בריאה בכלל און פון יעדער באַשעפעניש בפרט. און דער באַוואוסטזיין, אַז דער דין ומשפט נעמט אַרום דעם חיות און קיום פונעם מענטשלעכן וועזן בפרט און פון דער גאַנצער וועלט בכלל, דאַרף דורכדרינגען דעם חשבון־הנפש פון אַ אידן אין די צוגרייטונגס־טעג פון חודש אלול. און דעמאָלט ברענגט עס אים צו דער פולשטענדיקער איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן, ווי דאָס ווערט אויסגעדריקט אין די ראשי־תיבות פון "אלול" – אני לדודי ודודי לי, אַז אַ איד גיט איבער זיין "אני", זיין גאַנצן וועזן און פאַראַנענקייט, צום אויבערשטן, און דאָס רופט אַרויס דעם "ודודי לי", אַז דער אויבערשטער ווייזט אַרויס זיין אהבה צום אידן, און איז אים משפיע חיות, בבני חיי ומזוני רוויחי, ובכולם רוויחי, אַ כתיבה וחתימה טובה<ref>'''כתיבה וחתימה טובה:''' ראה לקוטי לוי יצחק אגרות־קודש ע' רי: אם שבפרט הכתיבה היא בר"ה והחתימה ביוהכ"פ כו', אך בכלל הן הכתיבה והן החתימה נעשית בר"ה, וכמא' (ר"ה טז, סע"ב) צד"ג [ועמך כולם צדיקים – ישעי' ס, כא (הפטרת ש"פ תבוא)] נכתבין ונחתמין לאלתר לחיים כו'. וראה שיחת ז' תשרי ה'תנש"א (סה"ש ח"א ע' 37) הערה 76. הערות למכתב ח"י אלול ה'תשמ"ו בסופו (לקו"ש חכ"ט ע' 533). וש"נ.</ref>, לשנה טובה ומתוקה<ref>'''לשנה טובה ומתוקה:''' ראה בהנסמן במכתב ח"י אלול ה'תשמ"ח הערה ד"ה זה (ספר השיחות תשמ"ט ח"ב ע' 763).</ref>. <nowiki>*</nowiki> * * אין דעם אַלעם קומט צו אַ באַלויכטונג און אַ באַלעבונג פון דעם טאָג פון ח"י אלול, דער יום הולדת פון די "שני המאורות הגדולים", וועלכער "גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי". ס'איז איינער פון די יסודות פון תורת הבעל־שם־טוב – אויספירלעך ערקלערט דורך דעם אַלטן רבי'ן<ref>'''אויספירלעך ערקלערט דורך דעם אַלטן רבי'ן:''' בשער היחוד והאמונה בתחלתו.</ref> – אַז דער באַשאַף פון דער גאַנצער וועלט, "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ"<ref>'''בראשית . . הארץ:''' בראשית א, א.</ref>, איז ניט געווען אין אַן איינמאָליקן אופן אין די ששת ימי בראשית, נאָר די באַשאַפונג פון דער גאַנצער בריאה ווערט באַנייט בכל יום ויום, און נאָכמער – בכל רגע ורגע. און דאָס ווייזט אויף דעם אומבאַגרענעצטן חסד פון דעם אויבערשטן: ניט נאָר איז ער ב"ה "זן את העולם כולו בטובו בחן ובחסד וברחמים"<ref>'''זן את העולם . . וברחמים:''' נוסח ברכה ראשונה דברכת המזון.</ref>, נאָר נאָכמער, ער '''באַשאַפט נאָכאַנאַנד''' די וועלט מיט אַלע אירע צאָלרייכע באַשעפענישן. אָט דער נאָכאַנאַנדיקער באַשאַף פון דער בריאה דורכן אויבערשטן אַליין איז, צווישן אַנדערע טעמים, אויך דערפאַר, ווייל אָט די שטענדיקע השפעה פון בורא צום נברא ווירקט און ברענגט דעם נברא צו דער טיפער אַנערקענונג און געפיל, אַז אַלץ און אַלע זיינען אינגאַנצן אָפּהענגיק אין דעם שטענדיקן חסד פון דעם אויבערשטן, און דאָס ווידער ברענגט אים אויך צו שטענדיקער און פולקאָמער איבערגעגעבנקייט צום בורא עולם, ער זאָל דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון און כוונה און אין דער פולער מאָס. און דאָס איז דער ענגער פאַרבונד צווישן ח"י אלול, אַלס יום הולדת פון די "שני המאורות הגדולים", מיטן חשבון־הנפש און דער ספּעציעלער הכנה צו ראש השנה וואָס הויבט זיך אָן פון ח"י אלול: דורך אַריינטראַכטן זיך גוט אין דעם וואָס די "שני המאורות הגדולים" לערנען אונז, קומט־צו אַ גרויסע ליכטיקייט און לעבעדיקייט אין דער עבודה פון "אני לדודי ודודי לי" – די פנימיות'דיקע איבערגעגעבנקייט פון דעם אידן ("אני") צום אויבערשטן ("דודי"), און פון אויבערשטן ("דודי") צום אידן ("לי"). <nowiki>*</nowiki> * * דער אויבנדערמאָנטער ענין – די אַנערקענונג אַז יעדע באַשעפעניש איז שטענדיק אָפּהענגיק אין די חסדי השם – איז אַן עיקר אינהאַלט פון מצות '''ביכורים''', מיט וועלכער אונזער פרשה '''תבוא אל הארץ''' הויבט זיך אָן (וואו די מצוה פון '''ביכורים''' און '''הבאת ביכורים''' ווערט אַרויסגעבראַכט מיט אַן אריכות<ref>'''וואו די מצוה פון ביכורים . . ווערט אַרויסגעבראַכט מיט אַן אריכות:''' משא"כ בפ' משפטים (כג, יט) ובפ' תשא (לד, כו) שם נאמר בקיצור.</ref>): מ'זעט ווי אַ איד ברענגט און גיט אַוועק דעם אויבערשטן '''מראשית כל פרי האדמה'''<ref>'''מראשית כל פרי האדמה:''' תבוא כו, ב.</ref>, פון זיינע ערשטע<ref>'''זיינע ערשטע:''' תבוא שם. ביכורים פ"ג מ"א. פרש"י עה"פ משפטים ותבוא שם. רמב"ם הל' ביכורים פ"ב הי"ט.</ref> און בעסטע<ref>'''און בעסטע:''' ביכורים פ"א מ"ג. רמב"ם שם ה"ג.</ref> פרוכט־ גערעטעניש, און דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר די פירות מיט וועלכע דער אויבערשטער האָט אים געבענטשט – און דערביי זאָגט ער הויך<ref>'''הויך:''' פרש"י עה"פ תבוא שם, ה (מסוטה לב, ב).</ref> און קלאָר און מיט שמחה<ref>'''און מיט שמחה:''' ספרי ופרש"י עה"פ שם, יא. פסחים לו, ב. רמב"ם שם פ"ד הי"ג. וראה או"ת להה"מ ר"פ תבוא (נו, ג).</ref> – "וענית ואמרת"<ref>'''וענית ואמרת:''' תבוא שם, ה.</ref> – זיין הכרה אין "חסדי המקום"<ref>'''חסדי המקום:''' לשון רש"י עה"פ שם.</ref> (אין אַלגעמיין), ווי דערמאָנט אויספירלעך אין דער פרשה. און לויט דער אויבנדערמאָנטער תורה פון בעל־שם־טוב, אַז דער קיום פון אַ באַשאַפענעם וועזן איז אַ שטענדיקער חסד וואָס דער אויבערשטער טוט בכל רגע ורגע מיט יעדן נברא, איז פאַרשטאַנדיק אויף וויפל עס פאָדערט זיך דער שטענדיקער געפיל פון דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן, אין אַן אַנטפּלעקטן און אָפענעם אופן, סיי בדיבור, און נאָך מער – אין מעשה בפועל, אַז עס זאָל זיין ניכר אין אַלע זיינע מעשים די אָנערקענונג פון חסדי השם, ביז אַז דאָס דערוועקט אויך אַלע אַרומיקע אַז זיי זאָלן דאָס אויך אַנערקענען און זיך אויפפירן אין איינקלאַנג דערמיט. אייגנטלעך, איז דאָס די ערשטע זאַך וואָס אַ איד טוט באַלד ביי זיין אויפוועקן זיך פון שלאָף יעדן פרימאָרגן דורך זיין אַנערקענען און דערקלערן (בדיבור): '''מודה אני'''<ref>'''באַלד ביי זיין אויפוועקן זיך פון שלאָף . . מודה אני:''' סדר היום בתחילתו – הובא בבאר היטב או"ח ס"א סק"ה. שו"ע אדה"ז או"ח מהדו"ק ס"א ס"ה. מהדו"ב ס"א ס"ו. סידור אדה"ז לפני "מודה אני".</ref> '''לפניך . . שהחזרת בי נשמתי''', ער דאַנקט דעם אויבערשטן ("מודה") מיט זיין גאַנצן וועזן ("אני" – אַזוי ווי "אני לדודי") פאַר דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים אומגעקערט זיין נשמה, זיין לעבן. און דאָס איז דער פונדאַמענט, דער ערשטער אַריינפיר צו זיין עבודת השם, וואָס ווערט פאָרטגעזעצט אין די פאַרשידענע און מערערע ברכות וואָס ער בענטשט און דאַנקט דעם אויבערשטן במשך דעם גאַנצן טאָג<ref>'''און דאָס איז דער פונדאַמענט, דער ערשטער אַריינפיר צו זיין עבודת השם . . במשך דעם גאַנצן טאָג:''' להעיר מכתר שם טוב סי' ריב (כז, ג־ד) ע"ד גודל ענין דיבור הראשון בקומו משנתו, ואיך שהוא משפיע על כל היום. סה"מ מלוקט ח"א ע' מה־מו. ולהעיר מפתגם כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע, אשר ה"נקודה" (שאחרי תיבת "בחמלה") ש"במודה אני" צריך לפושטה (פאַנאַנדערשפּרייטן) על כל היום כולו – קונטרס ענינה של תורת החסידות ס"ט. וראה ספר השיחות תרצ"ז ע' 239.</ref>, און אַלע טעג, פאַר יעדער טובה און הנאה וואָס ער געניסט. <nowiki>*</nowiki> * * ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, זאָל אין דעם אַלעם טאָן בכל לב ונפש, ובפרט שטייענדיק אין די טעג פון אלול, וואָס לויטן מנהג ישראל ווינטשט מען יעדן אידן אַ כתיבה וחתימה טובה<ref>'''אין די טעג פון אלול, וואָס לויטן מנהג ישראל ווינטשט מען . . כתיבה וחתימה טובה:''' ראה מטה אפרים או"ח הל' ר"ה סתקפ"א ס"ט (מלקוטי מהרי"ל הל' ימים הנוראים): נוהגין כשכותב אדם לחבירו אגרת שלומים מן ר"ח אלול עד יוה"כ רומז לו כו' שהוא מעתיר עליו שיזכה בימי הדין הבאים לטובה להיות נכתב ונחתם בספר חיים טובים. וראה ספר השיחות תשמ"ח ח"ב ע' 610.</ref>; און זיכער איז דער אויבערשטער גלייך מקיים דעם וואונטש, דעם וואונש פון '''ועמך כולם צדיקים''', און גיט גלייך, נאָך אין די טעג פון אלול, די כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, צו יעדן אידן און אַלע אידן, ביז אַז אַ איד זעט שוין אין חודש אלול, און אין אַן אָפענעם אופן, דעם אָנהויב פון דעם "טוב" און "מתיקות" וואָס דער אויבערשטער האָט אים צוגעטיילט פאַרן נייעם יאָר; און דאָס גופא ברענגט ביי אים אַרויס, נאָך אין חודש אלול, אַ געפיל פון שמחה, "ושמחת בכל הטוב"<ref>'''ושמחת בכל הטוב:''' תבוא שם, יא.</ref>, און דאָס פאַרשטאַרקט ביי אים נאָכמער זיינע גוטע החלטות אין הכנות צום נייעם יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, אין די אַלע דריי עמודים פון תורה און עבודה און גמילות חסדים<ref>'''דריי עמודים פון תורה און עבודה און גמילות חסדים:''' אבות פ"א מ"ב.</ref>; און מען איז זוכה צו דאַנקען און לויבן דעם אויבערשטן אויף דער עיקר טובה פון דעם אויבערשטן צו אידן און צו דער גאַנצער וועלט – דער "טוב" פון גאולה האמיתית והשלימה<ref>'''גאולה האמיתית והשלימה:''' שאין אחרי' גלות – מכילתא עה"פ בשלח טו, ב (הובאה בתוד"ה ה"ג ונאמר – פסחים קטז, ב). יל"ש ישעי' רמז תצט.</ref> דורך משיח צדקנו, נאָך אין דעם סוף יאָר פון "תנש"א מלכותך"<ref>'''תנש"א מלכותך:''' פיוט "ונתנה תוקף" בתפלת מוסף דר"ה ויוהכ"פ. ובלשון הכתוב בפרשה שבה נתפרש ע"ד ביאת המשיח (בלק כד, ז): תנשא מלכותו. ובפרש"י עה"פ: שיבוא אחריו [אחרי יעקב] דוד ושלמה (דמשיח הוא מזרע דוד ושלמה – סהמ"צ להרמב"ם מל"ת שסב. ועוד).</ref>, וואָס דעמאָלט וועט מקויים ווערן די תפלה פון דוד המלך (נעים זמירות ישראל<ref>'''נעים זמירות ישראל:''' שמואל־ב כג, א. וראה שהש"ר פ"ד, ד (בתחילתה).</ref>): '''ונרננה ונשמחה בכל ימינו'''<ref>'''ונרננה ונשמחה בכל ימינו:''' תהלים צדי"ק, יד.</ref>, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו, ותיכף ומיד ממש. בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה == מוצש"ק פ' תבוא אל הארץ, כ"א אלול, שבת סליחות, תנש"א == ב"ה, מוצאי<ref>'''מוצאי ש"ק . . שבת סליחות:''' ראה מכתב מוצש"ק כ"ה אלול ה'תשד"מ הערות ד"ה "מוצאי שבת־קודש" וד"ה "מוצאי שבת־קודש . . שבת סליחות" (לקו"ש חכ"ד ע' 647). וש"נ.</ref> ש"ק פ' תבוא אל הארץ, כ"א אלול<ref>'''כ"א אלול:''' יום חנוכת בית הכנסת ובית המדרש המרכזי דליובאַוויטש שבליובאַוויטש ("770") בשנת ה'ש"ת. המאמר שנאמר אז – נדפס בסה"מ ה'ש"ת ע' 160. השיחה – בספר השיחות ה'ש"ת ע' 7־176.</ref>, שבת סליחות<ref>'''סליחות:''' פעולת ימי הסליחות לאחרי העבודה בימי אלול הקודמים – ראה כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) הוספות סי' יג. וש"נ.</ref>, ה'תנש"א, ברוקלין, נ.י. אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם ה' עליהם יחיו שלום וברכה! קומענדיק פון שבת קודש, ווען מען האָט געלייענט ברבים די סדרה פון "תבוא אל הארץ", וועלכע הויבט זיך אָן מיט מצות '''ביכורים''' (מיט מערערע פרטים<ref>'''מערערע פרטים:''' עוד פרטים ראה במס' בכורים פ"ג. ברמב"ם הל' ביכורים פ"ג ופ"ד.</ref> פון הבאת ביכורים), איז די פּאַסענדע צייט – לאחרי הפתיחה בברכה<ref>'''הפתיחה בברכה:''' ע"פ פתיחת אגרת הראשונה באגה"ק שבתניא. וראה מכתב עש"ק ח"י אלול ה'תשד"מ הערה ד"ה פותחין בברכה (לקו"ש חכ"ד ע' 641). וש"נ.</ref>, ברכה שהזמן גרמא, ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה – אָפּצושטעלן זיך אויספירלעכער אויף דעם וואָס איז באַרירט געוואָרן בקיצור אין פאָריקן בריוו<ref>'''אין פאָריקן בריוו:''' דיום ד' פ' תבוא אל הארץ גו', ח"י אלול (לעיל [סה"ש תשנ"ב ח"ב] ע' 515 ואילך).</ref> וועגן מצות ביכורים, אַז דער אינהאַלט פון הבאת ביכורים איז די אַנערקענונג אַז די ברכה פון דעם אויבערשטן ברענגט אַ אידן די שפע תבואות און פירות אין זיין פעלד, וואָס דערפאַר גיט ער אַוועק דעם אויבערשטן '''מראשית כל פרי האדמה'''<ref>'''מראשית כל פרי האדמה:''' תבוא כו, ב.</ref>, פון די ערשטע און בעסטע פרוכטן פון דער פעלד, און דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר אַלע זיינע חסדים. באַ אַ אידן איז דאָ דער שטענדיקער געפיל פון דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן<ref>'''דער שטענדיקער געפיל פון דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן:''' להעיר מב"ר פי"ד, ט: על כל נשימה ונשימה שאדם נושם צריך לקלס לבורא. יל"ש עה"פ (תהלים קנ, ו) כל הנשמה תהלל י"ה (רמז תתפט). וראה לקו"א להה"מ (הוצאת קה"ת) סי' רא (נ, ד). או"ת ע, ד (בהוצאת קה"ת תש"מ ואילך – סי' רל).</ref> פאַר זיינע חסדים אין בני חיי ומזוני, און די פרטים און פרטי פרטים אין יעדן פון זיי, ווי מיר זאָגן יעדן טאָג<ref>'''זאָגן יעדן טאָג:''' בתפילת העמידה ברכת מודים.</ref>, דריי מאָל<ref>'''דריי מאָל:''' ובשבת (ויוהכ"פ) ארבע (וחמש) פעמים.</ref>: "נודה לך . . על חיינו המסורים בידך . . ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת ערב ובוקר וצהרים". נאָך מער: אפילו צווישן די אומות העולם, וועלכע גלויבן און אַנערקענען אַז דער אויבערשטער איז דער בורא עולם ומנהיגו – וואָס אַזוי דאַרף זיין און וועט ענדלעך זיין אין אַ פולקאָמען אופן ווען די וועלט וועט זיין ווי זי דאַרף זיין, ווי מיר בעטן אין די תפילות פון ראש־השנה<ref>'''אין די תפילות פון ראש־השנה:''' בתפלת העמידה (בברכת "אלקינו כו' מלוך כו'").</ref>: '''וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה''' (יעדע באַשאַפענע זאַך וועט וויסן און פאַרשטיין אַז דו, ג־ט איז זיין באַשעפער, און יעדער איינער וואָס אָטעמט וועט זאָגן: השם דער ג־ט פון ישראל איז דער מלך, און זיין מלכות הערשט איבער דעם גאַנצן באַשאַף) – געפינען מיר די הנהגה צו דאַנקען דעם אויבערשטן פאַר זייער שפּייז אד"ג. געפינט מען אָבער אין דער מצוה פון ביכורים אַ טיפערן און מער אַרומנעמענדיקן אויסדרוק פון אַנערקענונג און דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן: דער איד ברענגט אַרויס זיינע דאַנקבאַרשאַפט־געפילן צום אויבערשטן פאַר דער גערעטעניש ניט בלויז '''בדיבור''', נאָר ער דריקט עס אויס אין אַ שטאַרקן אופן אין '''מעשים''' – ער נעמט די ערשטע און בעסטע פון זיינע פירות, '''מראשית כל פרי האדמה''', און ברענגט זיי אין בית המקדש, תביא בית ה' אלקיך<ref>'''תביא בית ה' אלקיך:''' משפטים כג, יט. תשא לד, כו.</ref>, און לייגט זיי אַוועק פאַרן אויבערשטן, '''והנחתו לפני ה' אלקיך'''<ref>'''והנחתו לפני ה' אלקיך:''' תבוא כו, י.</ref>. און אינעם ברענגען און איבערגעבן דאָס בעסטע און שענסטע צום אויבערשטן שפּיגלט זיך אָפּ די פולע אַנערקענונג אַז '''לה' הארץ ומלואה'''<ref>'''לה' הארץ ומלואה:''' תהלים כד, א.</ref>, אַז אַלץ באַלאַנגט צום אויבערשטן; דער איד באַשרענקט זיך ניט מיט דער הכרה אַז דאָס וואָס ער פאַרמאָגט קומט צו אים בחסדי השם וברכתו ית' – נאָר ער באַווייזט מיטן ברענגען די בכורים אַז אויך נאָכן באַקומען די שפע פירות געהערט עס נאָך אַלץ צום בורא עולם<ref>'''אויך נאָכן באַקומען די שפע פירות געהערט עס . . צום בורא עולם:''' וע"ד לשון ס' החינוך (מצוה שכח) בנוגע לשנת השמיטה: שיראה ממעשה האדם בכל ענין שנה זו (דשמיטה) כאילו אין דבר מיוחד ברשותו רק שהכל ברשות אדון הכל.</ref>, ווייל "לה' הארץ ומלואה" – און דערפאַר ברענגט ער די '''ראשית כל פרי האדמה''' (דאָס ערשטע און בעסטע) '''לפני ה' אלקיך''', אַז עס '''בלייבט''' אין רשות פון אויבערשטן. <nowiki>*</nowiki> * * ווי באַוואוסט, ווערן אידן אָנגערופן "ביכורים"<ref>'''ווי באַוואוסט, ווערן אידן אָנגערופן "ביכורים":''' זהר ח"ג רנג, א (ברע"מ). וראה זח"ב קכא, רע"א (ברע"מ). – הובאו ונתבארו באוה"ת פ' תבוא (ע' תתרלג ואילך. שם ע' תתרלט ואילך). סה"מ תרנ"ד ע' רפד ואילך. וראה אסת"ר פ"ט, ב.</ref>, '''כביכורה בתאנה בראשיתה ראיתי אבותיכם'''<ref>'''כביכורה . . אבותיכם:''' הושע ט, י.</ref>, ווייל זיי זיינען די "ראשית" פון וועלט<ref>'''אידן . . זיינען די "ראשית" פון וועלט:''' כמ"ש (ירמי' ב, ג) קדש ישראל לה' ראשית תבואתו. וראה זהר ח"ב וח"ג שם. תדבא"ר פי"ד. ויק"ר פל"ו, ד. תנחומא (באבער) בראשית ג. פרש"י ר"פ בראשית. ד"ה קדש ישראל לה' בלקו"ת פינחס עט, סע"ב ואילך. אוה"ת פינחס ס"ע א'רג ואילך. שם ע' א'ריב ואילך. תבוא שם. סה"מ תר"ל ע' רה ואילך.</ref> – פריער און העכער פון אַלץ וואָס איז באַשאַפן געוואָרן – '''מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר'''<ref>'''מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר:''' ב"ר פ"א, ד.</ref>; וואָרום אידן זיינען דער תכלית פון דער גאַנצער בריאה, ווי חז"ל זאָגן אויפן פסוק "בראשית ברא אלקים"<ref>'''בראשית ברא אלקים:''' בראשית א, א.</ref>, אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן צוליב אידן וועלכע ווערן אָנגערופן "ראשית"<ref>'''ווי חז"ל זאַגן . . "ראשית":''' תנחומא (באבער), ויק"ר ופרש"י שם. וראה או"ת להה"מ בתחלתו.</ref>. און דאָס באַציט זיך צו יעדן איינצלנעם איד, צו אנשים נשים וטף, ווי חז"ל זאָגן '''כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם'''<ref>'''ווי חז"ל זאָגן . . העולם:''' סנהדרין לז, סע"א במשנה. וראה פירוש המשניות להרמב"ם בהקדמתו ד"ה דע כי הקדמונים חקרו.</ref> (יעדער איד דאַרף זאָגן אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן צוליב אים). כשם ווי ביכורים אין פשטות דאַרפן געבראַכט ווערן אין ירושלים און אַוועקגעלייגט ווערן אין בית המקדש, '''לפני מזבח ה' אלקיך'''<ref>'''לפני מזבח ה' אלקיך:''' תבוא כו, ד.</ref> – אַזוי איז אויך בנוגע אידן: זייענדיק די "ביכורים" פון וועלט, איז דער אמת'ער "אָרט" פון אידן, פון יעדער אידן, '''לפני ה' אלקיך''', אין בית המקדש. וואָרום די עיקר'דיקע מציאות פון אַ אידן איז זיין ג־טלעכע נשמה<ref>'''די עיקר'דיקע מציאות פון אַ אידן איז זיין ג־טלעכע נשמה:''' ראה תניא פכ"ט (לו, א). ר"פ לב. שעהיוה"א פ"ו (פ, סע"ב). רדב"ז לרמב"ם הל' ממרים פ"ב ה"ד.</ref>, וועלכע איז אַ '''חלק אלקה ממעל ממש'''<ref>'''חלק אלקה ממעל ממש:''' [[לקוטי אמרים פרק ב'|תניא רפ"ב]].</ref>, און דעריבער, איז יעדער איד, אין וועלכן מצב ער זאָל זיך נאָר געפינען, איז ער פאַרבונדן און געבונדן מיט דעם אויבערשטן און דערפאַר דאַרף ער זיך געפינען '''לפני ה' אלקיך'''. און דער געדאַנק דאַרף דורכדרינגען דעם גאַנצן לעבן פון אַ אידן בכלל און אויך בפרט. אַ איד דאַרף פילן ווי '''יעדער פרט''' פון זיין לעבן איז אַן ענין פון "ביכורים" צו השם יתברך: ניט נאָר ווען ער איז אַריינגעטאָן אין ג־טלעכע ענינים, די ענינים פון לימוד התורה און קיום המצוות, נאָר אפילו ווען ער איז באַשעפטיקט מיט וואָכעדיקע וועלט־זאַכן פון פרנסה וכדומה – וויבאַלד זיי זיינען דאָך דברי הרשות פון אַ '''אידן''', געהערן אויך זיי צום ענין פון '''ביכורים''', ובמילא דאַרפן זיי זיין דורכגענומען מיט דער פולסטער און העכסטער מאָס דערהויבנקייט און הייליקייט<ref>'''דברי הרשות . . דורכגענומען מיט . . הייליקייט:''' ראה גם מכתב עש"ק ח"י אלול תשמ"ג (לקו"ש חכ"ד ע' 622 ואילך). וש"נ.</ref>, ווי עס פּאַסט פאַר אַ זאַך וואָס ווערט געטאָן '''לפני ה' אלקיך'''. און אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן אַן איינציקע מחשבה, אַ דיבור אָדער אַ מעשה, וואָס זעט אויס מינדערווערטיק אין פאַרגלייך צו אַנדערע זיינע מחשבות, דיבורים און מעשים – אָבער ביים אַריינטראַכטן זיך ווי געהעריק, אַז אויך די מחשבה, דבור אָדער מעשה איז אַ טייל פון "ביכורים", וואָס ווערט געבראַכט אין בית המקדש, '''לפני ה' אלקיך''' – און דער '''כהן אשר יהי' בימים ההם'''<ref>'''כהן אשר יהי' בימים ההם:''' תבוא כו, ג.</ref> גיט אַכטונג אויף זיין יעדער תנועה – וועט ער געוויס זיך באַמיען און אָנשטרענגען אַז יעדער מינדסטע זאַך, יעדער איינצלנער פרט פון זיין הנהגה, זאָל געטאָן ווערן מיט דער פולסטער אויפמערקזאַמקייט און אָפּגעהיטנקייט. אַזוי ווי מיר געפינען עס ביי דער מצוה פון ביכורים אין פשטות, אַז דאָס ברענגען די ביכורים ווערט דורכגעפירט מיט גרויס צוגעטראָגנקייט און אויפמערקזאַמקייט ביי יעדן פרט: גלייך ביים אָנהויב, ביים אָפּשיידן די ביכורים, איז '''אדם יורד לתוך שדהו ורואה תאנה שבכרה כורך עלי' גמי לסימן ואומר הרי זו בכורים'''<ref>'''אדם יורד לתוך שדהו כו':''' פרש"י עה"פ תבוא כו, ב. מביכורים פ"ג מ"א. תוספתא ביכורים פ"ב ה"ז. פרש"י עה"פ משפטים כג, יט. רמב"ם הל' ביכורים פ"ב הי"ט.</ref>; דערנאָך נעמט ער צוזאַמען די פירות, פירט זיי אַליין<ref>'''ער . . פירט זיי אַליין:''' ד"המפריש ביכוריו להעלותם בידו לירושלים, לא ישלחם ביד שליח" – רמב"ם שם פ"ב הכ"א, מירושלמי ביכורים פ"א ה"ה. וראה להלן בפנים, ובהנסמן שם הערה ד"ה קומענדיק.</ref> דעם גאַנצן וועג, ביז ער ברענגט זיי אין באַצירטע קאָרבן כו' קיין ירושלים אין בית המקדש, מיטן גאַנצן פיל־פרטימדיקן סדר פון הבאת ביכורים, ווי געשילדערט אויספירלעך דורך חז"ל<ref>'''ווי געשילדערט אויספירלעך דורך חז"ל:''' ביכורים פ"ג. רמב"ם שם פ"ג הי"ב ואילך. פ"ד הט"ז ואילך.</ref>. און צוזאַמען מיטן געפיל פון גרויסער אחריות, און זהירות פון אידן אין יעדן פרט פון זיין "ביכורים"־הנהגה, ווערט ער דורכגענומען מיט דער געוואַלדיקער שמחה פון דעם גרויסן גליק וואָס ער האָט זוכה געווען בהשגחה פרטית צו זיין דעם אויבערשטנ'ס "ביכורים" און קענען "ברענגען" זיך מיט אַלע זיינע מחשבות דיבורים און מעשים און זיי אַוועקגעבן צו דעם אויבערשטן, און אַזוי געפינען מיר אין דעם גרויסן פייערלכען סדר פון הבאת ביכורים אין פשטות, ביז אַז במשך דעם גאַנצן וועג גייענדיק קיין ירושלים '''קורין'''<ref>'''קורין . . נלך:''' רמב"ם שם פ"ד הט"ז, מירושלמי שם פ"ג ה"ב.</ref> '''שמחתי באומרים לי בית ה' נלך'''<ref>'''שמחתי . . נלך:''' תהלים קכב, א.</ref>, און קומענדיק אין ירושלים און הר הבית, האָט יעדער בריינגער פון ביכורים אַליין גענומען זיין "סל", ביכורים־קאָרב אויף זיין אַקסל<ref>'''קומענדיק אין ירושלים . . האָט יעדער בריינגער . . אַליין גענומען זיין "סל" . . אויף זיין אַקסל:''' ביכורים פ"ג מ"ד. תוספתא ביכורים פ"ב ה"ח. רמב"ם שם פ"ג הי"ב. פ"ד הי"ז.</ref> און געלויבט דעם אויבערשטן – '''ואומרין הללוי'<nowiki/>'''<ref>'''הללוי' הללו א־ל בקדשו וכו':''' תהלים מזמור קנ. וראה ביאורו: פרדס שער ב רפ"ג ורפ"ה. ועוד. אוה"ת לתהלים (יהל אור) ע' תקפח ואילך. וש"נ.</ref> '''הללו א־ל בקדשו וכו' עד כל הנשמה תהלל י־ה הללוי''''<ref>'''ואומרין . . הללוי':''' רמב"ם שם פ"ד הי"ז, מירושלמי שם פ"ג ה"ב.</ref>, און גאָר באַזונדערס איז די שמחה געווען גרויס ביים קומען אין בית המקדש, נאָכן אַוועקלייגן די ביכורים '''לפני מזבח ה' אלקיך''', וואָס דעמאָלט איז '''וענית ואמרת'''<ref>'''וענית ואמרת:''' תבוא כו, ה. וראה לקוטי לוי יצחק לנ"ך ע' רמד.</ref> – האָט ער געזאָגט הויך, קלאָר און מיט גרויס פרייד די פרשה פון ביכורים. <nowiki>*</nowiki> * * דאָס אויבן־געזאָגטע גיט צו אַ פאַרשטאַרקטן חיות און שמחה אין דער ספּעציעלער עבודה פון אַ אידן במשך דעם חודש אלול – די צייט פון חשבון הנפש אויפן פריערדיקן יאָר און צוגרייטונג צום קומענדיקן יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה – ווען יעדער איד פילט זיך נאָענט צום אויבערשטן, '''אני לדודי ודודי לי'''<ref>'''אני לדודי ודודי לי:''' שה"ש ו, ג. – ר"ת אלול (נסמן במכתב ח"י אלול ש.ז. הערה ד"ה זה (לעיל [סה"ש תשנ"ב ח"ב] ע' 516)).</ref>; און ווי דער באַוואוסטער משל פון אַלטן רבי'ן<ref>'''דער באַוואוסטער משל פון אַלטן רבי'ן:''' לקו"ת פ' ראה ד"ה אני לדודי הא' ס"א (לב, ב). וראה ד"ה אני לדודי תשמ"ו (סה"מ מלוקט ח"א ע' תסז ואילך), השייכות דמאמר זה (שבלקו"ת) לפרשת ראה והרמז לדף לב.</ref>, אַז אין חודש אלול איז דער אויבערשטער פירט זיך דאַן מיט אידן אויפן שטייגער ווי אַ מלך וואָס גייט אַרויס "אין פעלד" און איז דאָרט מקבל פנים יעדן איינעם ב'''סבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם'''. ווען אַ איד פילט אָט־די נאָענטקייט פון השי"ת, רופט עס ביי אים אַרויס אַ צווייענדיקע התעוררות אין האַרצן – פון איין זייט אַ גרעסערע אָנשטרענגונג אין זיין חשבון הנפש און הכנה, דורך פאַרבעסערן זיך און אויפהויבן זיך אין יעדן און אין אַלע פרטים פון עבודת השם – תורה, עבודה און גמילות חסדים<ref>'''תורה, עבודה און גמילות חסדים:''' שלושת העמודים שעליהם העולם עומד וקיים – אבות פ"א מ"ב. שם מי"ח. וראה ד"ה על שלשה דברים העולם עומד שנאמר ב"חנוכת ביהכנ"ס, כ"א אלול, ש"ת" (נדפס בסה"מ ה'ש"ת ע' 160 ואילך). ד"ה זה בסה"מ מלוקט ח"ד ע' שפג ואילך.</ref>, ווי ס'איז צוגעפּאַסט פאַר דער אויפפירונג פון איינעם וואָס געפינט זיך אין אַזאַ אויסנאַמס נאָענטקייט צו מלך מלכי המלכים הקב"ה; און צוזאַמען דערמיט, אַ טיפער אהבה־געפיל צום אויבערשטן (ווי אויסגעדריקט אין די ווערטער "אני '''לדודי'''"), ביים דערהערן און דערפילן די גרויסע און וואַרעמע "הארת פנים" פון דעם אויבערשטן צו יעדן אידן. <nowiki>*</nowiki> * * ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע זאָל אויסניצן די לעצטע סגולה־טעג פון דעם סגולה־חודש אלול<ref>'''דעם סגולה־חודש אלול:''' שבו הוא זמן התגלות י"ג מדות הרחמים – לקו"ת ד"ה הנ"ל שם (לב, א־ב). ד"ה זה הב' ס"א (לג, א). שם ד"ה ושמתי כדכד הא' ס"א (כד, ד). מאמרי אדהאמ"צ דברים ח"ב ס"ע תכב ואילך, ובהנסמן שם בהערה ד"ה הנזכר בספרי הקבלה.</ref>, פון דעם סגולה־יאָר "'''ה'''י' '''ת'''הא '''ש'''נת '''א'''ראנו '''נ'''פלאות"<ref>ה'''י'''' ת'''הא''' ש'''נת''' א'''ראנו''' נ'''פלאות:''' ראה בארוכה מכתבים כלליים לחג הפסח שנה זו*. '''*) נדפסו בסה"ש תנש"א ח"ב ע' 883 ואילך.''' המו"ל'''.'''</ref> – אין דער פולסטער מאָס, און מען זאָל גלייך זוכה זיין צו "תבוא אל הארץ אשר ה' אלקיך נותן לך וירשתה וישבת בה", ביז אַז יעדער איד באַזעצט גלייך זיין אייגענעם חלק אין ארץ ישראל, און ברענגט גלייך ביכורים בפשטות, ובשמחה גדולה, אין דעם בית המקדש השלישי, וואָס וועט געבויט ווערן דורך דעם אויבערשטן אַליין<ref>'''בית המקדש השלישי, וואָס וועט געבויט ווערן דורך דעם אויבערשטן אַליין:''' פרש"י ותוס' סוכה מא, סע"א. תוד"ה אין – שבועות טו, ריש ע"ב. זהר ח"א כח, א. ח"ג רכא, א. תקו"ז תיקון ח. פרש"י עה"פ מקדש אדנ־י כוננו ידיך.</ref>, '''מקדש אדנ־י כוננו ידיך'''<ref>'''מקדש אדנ־י כוננו ידיך:''' בשלח טו, יז.</ref>, '''ומעשה ידינו כוננהו'''<ref>'''ומעשה ידינו כוננהו:''' תהלים צדי"ק, יז (טו"ב). ובמדרש תהלים עה"פ: לעתיד לבוא אני אבנה אותו ומשרה שכינתי בתוכו ואינו חרב לעולם.</ref>, אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו, תיכף ומיד ממש. בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה {{הערות שוליים}} [[קטגוריה:ספר השיחות תשמ"ז-תשנ"ב|תשנ"ב]] [[קטגוריה:ספר השיחות תשנ"ב]]
תקציר:
לתשומת ליבך: תרומתך לאתר חב"דטקסט תפורסם לפי תנאי הרישיון רישיון חופשי למסמכים של גנו גרסה 1.3 או חדשה יותר (אפשר לעיין בדף
חב"דטקסט:זכויות יוצרים
לפרטים נוספים). אם אינך רוצה שעבודתך תהיה זמינה לעריכה על־ידי אחרים, שתופץ לעיני כול, ושאחרים יוכלו להעתיק ממנה תוך ציון המקור – אין לפרסם אותה פה.
כמו־כן, שמירת העריכה משמעה הבטחה שכתבת את הטקסט הזה בעצמך או העתקת אותו ממקור בנחלת הכלל (שאינו מוגבל בזכויות יוצרים) או מקור חופשי דומה.
אין לשלוח חומר מוגבל בזכויות יוצרים ללא רשות!
ביטול
עזרה בעריכה
(נפתח בחלון חדש)
תבניות המופיעות בדף זה:
תבנית:הערות שוליים
(
עריכה
)
תבנית:הערות שוליים/מרחב שם
(
עריכה
)
תבנית:ספר השיחות תשמ"ז-תשנ"ב
(
עריכה
)
יחידה:PV-options
(
עריכה
)
יחידה:ParamValidator
(
עריכה
)