א. אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ כנען, טייטשט דער מעזריטשער מגיד
[1]) : "וישב יעקב" - אַז יעקב איז געווען איינגעזעסן בישיבה ועכבה "בארץ" - אין ערדישקייט. צוליב וואָס האָט ער עס געטאָן ? בכדי צונויפקלייבן - "מגורי" (מלשון אוגר קיץ
[2])) - די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין די גשמיות'דיקע זאַכן און זיי דערהויבן צו "אביו" שבשמים. און כאָטש אָז די ישיבהה ועכבה אין ארץ איז אַ ירידה, איז עס אָבער מער ניט ווי צייטווייליק, און דוקא דורך דעם קומט מען צו אַ תוספת ועלי'. און דאָס זאָגט ער "בארץ כנען" - כנען מלשון מסחר און ווי עס שטייט ולא יהי' כנעני עוד בבית ה'
[3]), און אין מסחר פירט זיך אֵז פריער גיט מען מען אויס געלט כדי שפּעטער צו פאַרדינען, אַזוי ווי עס שטייט
[4]) יש מפזר ונוסף עוד.