לקוטי שיחות חלק א/וישב
| דף זה נמצא בעיצומה של עבודה ממושכת. הדף פתוח לעריכה. | |||
| אתם מוזמנים לבצע עריכה לשונית, ויקיזציה וסגנון לפסקאות שנכתבו, וכמו כן לעזור להרחיב ולהשלים את הדף. | |||
| דף זה זקוק לעריכה: ייתכן שהדף סובל מפגמים טכניים כגון מיעוט קישורים פנימיים, סגנון טעון שיפור או צורך בהגהה, או שיש לעצב אותו. | |||
| אתם מוזמנים לסייע ולתקן את הבעיות, אך אנא אל תורידו את ההודעה כל עוד לא תוקן הדף. אם אתם סבורים כי אין בדף בעיה, ניתן לציין זאת בדף השיחה. | |||
| לקוטי שיחות |
|---|
| חלק א |
| בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח (י"ט כסלו) • וישב • מקץ • ויגש • ויחי • שמות • וארא • בא (ויו"ד שבט) • בשלח • ט"ו בשבט • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • פורים קטן • תשא • ויקהל • אדר • פקודי • ויקרא • זכור • פורים • צו • שמיני • תזריע • מצורע (שבת הגדול) • שבת הגדול • פסח • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי (ל"ג בעומר) • ל"ג בעומר |
פרשת וישבעריכה
און כאָטש אָז די ישיבה ועכבה אין ארץ איז אַ ירידה, איז עס אָבער מער ניט ווי צייטווייליק, און דוקא דורך דעם קומט מען צו אַ תוספת ועלי'.
און דאָס זאָגט ער "בארץ כנען" - כנען מלשון מסחר און ווי עס שטייט ולא יהי' כנעני עוד בבית ה'[3]), און אין מסחר פירט זיך אֵז פריער גיט מען אויס געלט כדי שפעטער צו פאַרדינען, אַזוי ווי עס שטייט[4]) יש מפזר ונוסף עוד.
ב. די הוראה דערפון איז : אַ איד דאַרף ניט זוכן קיין גרויסע זאכן דוקא, נאָר זיין עבודה דארף זיין צונויפקלייבן, מברר זיין און מעלה זיין די ניצוצות פון קדושה וועלכע געפינען זיך אין וועלטישע זאכן.
און צוליב וואָס דאַרף מען עס טאָן — אביו", צוליב זיין פאטער אין הימל. ישראל נמשלו לדבורה [5]) מה דבורה כל מה שמסגלת אינה מסי גלת אלא לבעלה כך ישראל כל מה שעושין הוא לאביהם שבשמים (אידן זיינען געגליכן צו אַ בין, אַזוי ווי אַ בין, אַלץ וואָס זי נעמט אריין איז דאָס פאר'ן בעל הבית, אַזוי אויך אידן - אַלץ וואָס זיי טוען איז דאָס פֿאַר זייער פאָטער אין הימל), ניט קיין עבודה על מנת לקבל פרס (אויף צו קריגן אַ באַ־ לוינונג) אין גשמיות אָדער אין רוחי ניות[6]), נאָר די גאַנצע עבודה דאַרף זיין לאביו שבשמים.
און בכדי צו פועל'ן ביי זיך אַז אין דער עבודה זאָלן זיך ניט ארייני כאַפּן קיין פניות, איז דאס דורך עבודה אין פשוט'ע ענינים דוקא. בשעת ער האָט צו טאָן מיט דער־ הויבענע ענינים פון הבנה והשגה, דאָרטן קאָנען זיך אַריינכאַפּן פניות. און בכדי אַז זיין עבודה זאל זיין אַ ריינע, אָן פניות, איז דאָס דורך עבו־ דה פשוטה אין ענינים פשוטים דוקא.
און אַזוי ווי דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאגט אַז די פשיטות פון אנשים פשוטים פאַרבינדט זיך מיט פשיטות העצמות[7]), אַזוי אויך דא: די פשיטות פון עבודה אין ענינים פשוטים, פארבינדט זיך מיט פשיטות העצמות.
און דאָס איז די מעלה פון קבלת עול, וואָס צוליב דעם ווערן אָנגע־ רופן אידן בשם צבאות הוי'[8]) - דעם אויבערשטנס ארמייען - ווארום דער ענין פון אַ זעלנער איז קבלת עול.
און דאָס איז דער פשט וישב יעקב בארץ מגורי אביו, אַז בכדי צוקוי מען צום אביו", אַז זיין גאַנצע עבו־ דה זאָל זיין נאָר פאר אביו שבי שמים, איז דאָס דורך ארץ מגורי דוקא, דורך עבודה פשוטה, אן חכמות און אָן פּשט'לעך, וואָס דעמאָלט פֿאַר־ לירן זיך אַלע פניות און מען פאר־ בינדט זיך מיט אביו.
און דאָס איז די אנווייזונג פון יעקב אבינו. יעקב האָט געטאָן אין עבודת הבירורים. ער איז געגאנגען קיין חרן און געארבעט בצאן לבן, און גאָר שטארק געהאָרעוועט, אַזוי ווי עס שטייט, ביום אכלני חרב וקרח בלילה ותדד שנתי מעיני[9]), און אויי סער האָרעוואַניע איז געווען אין דעם אויך צער פון גוף.
וואָס פון דעם ברענגט דער אַלטער רבי[10]) אַ ראי', אז כאָטש אַ מענטש