57
עריכות
חב"דפדי פעיל (שיחה | תרומות) (יצירת דף עם התוכן "''''''פרק א)'''''' בבקר אין דער פרי באלד ווי ער שטייט אויף זאל די ערשטע מחשבה ורצון זיין אין הרהור תשובה, היינו צו דערמאנען זיך כל החטאים און אלע די שלעכטע הרהורים וואס ער האט אין זיך. נאך דעם זאל ער זאגן תהלים תיכף ומיד מיט איין לב נשבר ונדכה מאד זייער צובראכן גא...") |
חב"דפדי פעיל (שיחה | תרומות) אין תקציר עריכה |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
'''פרק א)''' בבקר אין דער פרי באלד ווי ער שטייט אויף זאל די ערשטע מחשבה ורצון זיין אין הרהור תשובה, היינו צו דערמאנען זיך כל החטאים און אלע די שלעכטע הרהורים וואס ער האט אין זיך. נאך דעם זאל ער זאגן תהלים תיכף ומיד מיט איין לב נשבר ונדכה מאד זייער צובראכן גאנץ טיף אין הארצן בתכלית און ניט געמאכטע צובראכענקייט. | |||
'''פרק ב)''' דער היפוך איז ווי מען הויבט אן אריין צו לייגן זיך די ערשטע מחשבה ורצון אין שלעכטע זאכן און בפרט אין תאות ניאוף און אנדערע שלעכטס פירט ער זיך אין עומק הרע אז ער ווערט נאך געפירט א גאנצן טאג ווארום די ערשטע מחשבה ורצון איז נאר דער עיקר. בכן זאל מען תיכף ומיד נעמען זיך צום הארצן און זאגן תהלים און בפרט דעם קאפיטל נ"א ער איז א גרויסער תיקון פאר די עוברי עבירות חמורות דהיינו אשת איש און דאס גלייכן. | |||
'''פרק ג)''' כל לבבות דורש ה', איז טייטש השי"ת זעט נאך אויף די נקודת הלב אויפן פינטל פון אמת אין איטלעכינס הארצן ווי זי איז מיט גאר דעם אמת און ווי די צובראכענקייט איז אין הארצן צי זי איז צום תכלית און ניט פון אויבן, אזוי ווי דער פסוק זאגט קרוב ה' לנשברי לב וגו' דהיינו ווער עס האט איין טיפע מרירות הלב און עס (ער?)''' איז באמת זייער צובראכן תמיד אין פינטל פון הארצן פון זיינע חטאת נעורים וכו' און וויל איין תקומה האבן ער זאל זיין נפש ניט פארלירן ח"ו, דעם העלפט השי"ת און גיט אים גרויס הילף תשובה צו טאן היינו ער שטארקט אים זייער אין זיין דעה און אין זיין הארץ ווי ער געלוסט אין דער מחשבה אזוי גיט ער אים א גאנצן טאג און איז א סור מרע בפועל ממש, אויך אין דער מחשבה ורצון קערט זיך אפ זיין הארץ פון אלע שלעכטס אפילו ניט צו קוקן מיט די אויגן אויף וואס מען טאר ניט און ווי דאס איז בדוק ומנוסה. | |||
'''פרק ד)''' די צייט ווען דער בעל תשובה זאל זיך צוברעכן די הארץ איז צוויי צייטן. איינס פארן שלאף היינו דוקא אז ער זאגט קריאת שמע על המטה, און בשעת ער זאגט די ווידוים זאל ער זיך דערמאנען אלע זיינע חטאות נעורים אלעס בפרטות מיט איין חשבון ברור און זאל בא זיך איין הסכם מאכן זייער שטארק אז ווייטער להבא זאל ער דאס ניט טאן ח"ו, ווארום דער עיקר תשובה איז נאר דוקא עזיבת החטא בפועל דאס איז מען זאל אוועק ווארפן די ערשטע מעשים רעים וחטאים אזוי ווי דער פסוק זאגט יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וכו', און דער וידוי בלב נשבר באמת איז איין גרויסער חיזוק מען זאל באמת תשובה טאן אויף אייביג, און נאך איין פעולה איז פון אמיתית הוידוי בלב נשבר אז מען האט מן השמים אויף אים גרויס רחמנות צו העלפן אים און מוחל וסולח זיין כל החטאים ועוונות שלו אויף עבר, אזוי ווי אין פסוק שטייט ומודה ועוזב ירוחם, דער וואס איז מודה דוקא ועוזב בפועל ממש ירוחם ווערט ער דערבארעמט היינו גרויס רחמנות אויף זיין נשמה זי זאל ניט פארפאלן ווערן אין קליפות הטמאות ח"ו. | '''פרק ד)''' די צייט ווען דער בעל תשובה זאל זיך צוברעכן די הארץ איז צוויי צייטן. איינס פארן שלאף היינו דוקא אז ער זאגט קריאת שמע על המטה, און בשעת ער זאגט די ווידוים זאל ער זיך דערמאנען אלע זיינע חטאות נעורים אלעס בפרטות מיט איין חשבון ברור און זאל בא זיך איין הסכם מאכן זייער שטארק אז ווייטער להבא זאל ער דאס ניט טאן ח"ו, ווארום דער עיקר תשובה איז נאר דוקא עזיבת החטא בפועל דאס איז מען זאל אוועק ווארפן די ערשטע מעשים רעים וחטאים אזוי ווי דער פסוק זאגט יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וכו', און דער וידוי בלב נשבר באמת איז איין גרויסער חיזוק מען זאל באמת תשובה טאן אויף אייביג, און נאך איין פעולה איז פון אמיתית הוידוי בלב נשבר אז מען האט מן השמים אויף אים גרויס רחמנות צו העלפן אים און מוחל וסולח זיין כל החטאים ועוונות שלו אויף עבר, אזוי ווי אין פסוק שטייט ומודה ועוזב ירוחם, דער וואס איז מודה דוקא ועוזב בפועל ממש ירוחם ווערט ער דערבארעמט היינו גרויס רחמנות אויף זיין נשמה זי זאל ניט פארפאלן ווערן אין קליפות הטמאות ח"ו. | ||
'''פרק ה)''' די אנדערע צייט איז ווען דער בעל תשובה זאל זיך צוברעכן די הארץ, איז אין דער פרי אלע טאג ווי ער שטייט אויף פון שלאף כנזכר לעיל, און אלע מאנטאג און דאנערשטאג און ערב ראש חדש זאל דער בעל תשובה זאגן דעם וידוי פון על חטא נאך תפלת המנחה דוקא בלחש, און בשעת ער זאגט על חטא שחטאנו לפניך, זאל ער זיך דערמאנען אויף אלע חטאים און זאל אויסריידן כל לבבו אז ער האט חרטה באמת און די הארץ טוט אים זייער וויי על העבר און להבא וועט ער שוין מער ניט טאן ח"ו, ויבכה און ער זאל וויינען מקירות הלב פון פינטל פון הארץ בדמעות מיט טרערן זאל ער אפווישן דעם פנים איז דאס איין גרויסער תקון צו דעם פגם אראפ צו נעמען וואס ער האט פוגם געווען אין צלם אלקים, אזוי ווי דוד המלך ע"ה האט געזאגט אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערסי אמסה וכו', און אזוי זאל ער טאן אלע טאג פאר דעם שלאף בק"ש שעל המטה און אין דעם וידוי וואס ער זאגט, און בפרט אין דעם פסוק בידך אפקיד רוחי וכו'. | '''פרק ה)''' די אנדערע צייט איז ווען דער בעל תשובה זאל זיך צוברעכן די הארץ, איז אין דער פרי אלע טאג ווי ער שטייט אויף פון שלאף כנזכר לעיל, און אלע מאנטאג און דאנערשטאג און ערב ראש חדש זאל דער בעל תשובה זאגן דעם וידוי פון על חטא נאך תפלת המנחה דוקא בלחש, און בשעת ער זאגט על חטא שחטאנו לפניך, זאל ער זיך דערמאנען אויף אלע חטאים און זאל אויסריידן כל לבבו אז ער האט חרטה באמת און די הארץ טוט אים זייער וויי על העבר און להבא וועט ער שוין מער ניט טאן ח"ו, ויבכה און ער זאל וויינען מקירות הלב פון פינטל פון הארץ בדמעות מיט טרערן זאל ער אפווישן דעם פנים איז דאס איין גרויסער תקון צו דעם פגם אראפ צו נעמען וואס ער האט פוגם געווען אין צלם אלקים, אזוי ווי דוד המלך ע"ה האט געזאגט אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערסי אמסה וכו', און אזוי זאל ער טאן אלע טאג פאר דעם שלאף בק"ש שעל המטה און אין דעם וידוי וואס ער זאגט, און בפרט אין דעם פסוק בידך אפקיד רוחי וכו'. | ||
עריכות