לקוטי שיחות חלק א/נח
| לקוטי שיחות |
|---|
| חלק א |
| בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח (י"ט כסלו) • וישב • מקץ • ויגש • ויחי • שמות • וארא • בא (ויו"ד שבט) • בשלח • ט"ו בשבט • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • פורים קטן • תשא • ויקהל • אדר • פקודי • ויקרא • זכור • פורים • צו • שמיני • תזריע • מצורע (שבת הגדול) • שבת הגדול • פסח • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי (ל"ג בעומר) • ל"ג בעומר |
א. אין תורה אור פ' נח ווערט דערקלערט, אַז דער מבול איז געווען ניט נאָר א שטראָף, נאָר אויך אַן ענין פון טהרה (רייניקונג) - דער מבול האָט מטהר געווען די וועלט, וועלכע איז פאַרן מבול געווען אַן אומריינע. און דערפאַר איז דער מבול געווען 40 טעג - אנטקעגן די 40 סאָה פון מקוה. דערפאַר ווערט דער מבול אָנגערופן "מי נח" ( - נייחא דרוחא (נחת רוח)).