לקוטי שיחות חלק א/נח
| לקוטי שיחות |
|---|
| חלק א |
| בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח (י"ט כסלו) • וישב • מקץ • ויגש • ויחי • שמות • וארא • בא (ויו"ד שבט) • בשלח • ט"ו בשבט • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • פורים קטן • תשא • ויקהל • אדר • פקודי • ויקרא • זכור • פורים • צו • שמיני • תזריע • מצורע (שבת הגדול) • שבת הגדול • פסח • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי (ל"ג בעומר) • ל"ג בעומר |
דאָס זעלבע – ווערט דאָרט אין תורה אור אויספירלעך דערקלערט – איז אויך בנוגע דאַגות און טרדות פון פרנסה, וועלכע ווערן אָנגערופן "מים רבים" (פיל וואַסערן), שווענקען זיי אראָפּ ביים מענטשן די ענינים וועלכע דאַרפן ניט זיין, און פּועל'ן דערמיט אויך אַ "נייחא דרוחא".
ב. די דערקלערונג וועגן דער שייכות צווישן דאגות הפרנסה, מבול און מקווה – איז אַזוי:
דער פנימיות'דיקער ענין פון מקוה איז "ביטול", אַזוי ווי דער רמב"ם[3] שרייבט "שיטבול במי הדעת הטהור" (ער זאָל זיך טובל זיין אין די וואַסערן פון ריינעם דעת). דעריבער דאַרף אַ מקוה האַלטן פערציק סאה, וואָס דאָס איז די מאָס "שכל גופו עולה בהן"[4], ד. ה. וואָס זיי נעמען אַרום דעם גאַנצן מענטשלעכן קערפער, און "טבילה" איז די זעלבע אותיות ווי "הביטל"[5], ד. ה. אַזדער ביטול וואָס ער גייט ארויס פון זיין איך פּועל'ט אין אים אן עלי' (דערהויבונג), אז ער ווערט אַ כלי צו קדושה.
דאָס איז אויך די אמת'ע כוונה וואָס מען גיט דעם מענטשן דאגות הפרנסה. כאָטש עס שטערט און צעמישט אים צייטווייליק, ווערט ער אָבער דורך דעם צעבראָכן ביי זיך און גייט אַרויס פון זיין אייגענעם איך – און דורך דעם ווערט ער אַ כלי צו קדושה.
ג. איז וויבאַלד אַז די אמת'ע כוונה איז ניט אים צו באַשטראָפן ח"ו, נאָר בכדי אראָפּצושווענקען און אָפּרייניקן פון אים די ניט־גוטע זאַכן – במילא פאַרשטייט זיך, אַז דאָס קען אָפּגעטאָן ווערן אויך אין איין מינוט – אויב אין איין רגע וועט ער אַרויסנעמען די כוונה פּנימית דערפון, און פּועל'ן ביי זיך דאָס וואָס דער ענין דאַרף אויפטאָן – איז ער שוין דערמיט אַליין יוצא, און עס קען שוין ביי אים ווערן דער "נייחא" סיי אין גשמיות סיי אין רוחניות.
(משיחת ש"פ בראשית תשי"ג)
* * *
ד. די "מים הזדונים" (בייזע וואַסערן) פון מבול ווערן איינגעטיילט אין צווי טיילן: א. תהום רבה, ב. ארובות השמים. אזוי אויך ווערן די מענטשלעכע טירדות און שטערונגען איינגעטיילט אויף די זעלבע צווי טיילן:
"תהום רבה" (אַ גרויסער אָפּגרונט) מיינט די טרדות פון גשמיות'דיקע, נידעריקע ענינים,