11,493
עריכות
(יצירת דף חדש) |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 6: | שורה 6: | ||
וויבאַלד אַז די גאַנצע פרשה פון יציאת מצרים ווערט אָנגערופן על שם "בא אל פרעה" (וכידוע<ref>ראה לקו"ש ח"ה ע' 57 ואילך. ובכ"מ.</ref> אַז דער נאָמען פון אַ פרשה דייט אָן אויף דעם תוכן פון דער גאַנצער פרשה), איז פאַרשטאַנדיק, אַז "בא אל פרעה" איז פאַרבונדן מיט און איז נוגע צו דעם תוכן פון גאולת מצרים (בהמשך הפרשה). | וויבאַלד אַז די גאַנצע פרשה פון יציאת מצרים ווערט אָנגערופן על שם "בא אל פרעה" (וכידוע<ref>ראה לקו"ש ח"ה ע' 57 ואילך. ובכ"מ.</ref> אַז דער נאָמען פון אַ פרשה דייט אָן אויף דעם תוכן פון דער גאַנצער פרשה), איז פאַרשטאַנדיק, אַז "בא אל פרעה" איז פאַרבונדן מיט און איז נוגע צו דעם תוכן פון גאולת מצרים (בהמשך הפרשה). | ||
דאָס הייסט: נוסף אויף דעם וואָס אַלע פרטים פון שליחות משה אל פרעה זיינען אַ הכנה צו גאולת מצרים, איז עס נאָכמער בנוגע צו "בא אל פרעה", זייענדיק די התחלה און שם פון פרשת הגאולה, און דערצו אַ התחלה וועלכע ווערט געזאָגט (ניט אַלס הקדמה צו אַן אַנדער ענין, נאָר) אַלס אַ ציווי בפ"ע פון דעם אויבערשטן צו משה ("ויאמר ה' אל משה בא אל פרעה", ותו לא<ref>ראה לקו"ש ח"ו ע' 57 ואילך. וש"נ.</ref>) – אַז "בא אל פרעה" איז די הקדמה והתחלה בפועל פון דער גאולה עצמה<ref>ראה בארוכה סה"ש תנש"א ח"א ע' 273 ואילך.</ref>. | דאָס הייסט: נוסף אויף דעם וואָס אַלע פרטים פון שליחות משה אל פרעה זיינען אַ הכנה צו גאולת מצרים, איז עס נאָכמער בנוגע צו "בא אל פרעה", זייענדיק די התחלה און שם פון פרשת הגאולה, און דערצו אַ התחלה וועלכע ווערט געזאָגט (ניט אַלס הקדמה צו אַן אַנדער ענין, נאָר) אַלס אַ ציווי בפ"ע פון דעם אויבערשטן צו משה ("ויאמר ה' אל משה בא אל פרעה", ותו לא<ref name=":5">ראה לקו"ש ח"ו ע' 57 ואילך. וש"נ.</ref>) – אַז "בא אל פרעה" איז די הקדמה והתחלה בפועל פון דער גאולה עצמה<ref>ראה בארוכה סה"ש תנש"א ח"א ע' 273 ואילך.</ref>. | ||
און נאָכמער: ע"פ הידוע<ref>ד"ה כימי צאתך תש"ח פי"ב (ע' 164).</ref> אַז יציאת מצרים איז די התחלה ופתיחה פון (אַלע גאולות, כולל) דער גאולה העתידה (אויף וועלכער עס שטייט<ref>מיכה ז, טו.</ref> "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"), יש לומר, אַז "בא אל פרעה" (די התחלה פון גאולת מצרים) איז אַ הקדמה אויך צו דער גאולה העתידה. | און נאָכמער: ע"פ הידוע<ref>ד"ה כימי צאתך תש"ח פי"ב (ע' 164).</ref> אַז יציאת מצרים איז די התחלה ופתיחה פון (אַלע גאולות, כולל) דער גאולה העתידה (אויף וועלכער עס שטייט<ref>מיכה ז, טו.</ref> "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"), יש לומר, אַז "בא אל פרעה" (די התחלה פון גאולת מצרים) איז אַ הקדמה אויך צו דער גאולה העתידה. | ||
| שורה 64: | שורה 64: | ||
ו. ובהקדים, אַז עד"ז געפינט מען בתחלת שליחותו של משה צו אַרויסנעמען אידן פון מצרים: | ו. ובהקדים, אַז עד"ז געפינט מען בתחלת שליחותו של משה צו אַרויסנעמען אידן פון מצרים: | ||
בביאור טענת משה צו דעם אויבערשטן "לא<ref>שמות ד, י.</ref> איש דברים אנכי גו' כי כבד פה וכבד לשון אנכי, | בביאור טענת משה צו דעם אויבערשטן "לא<ref>שמות ד, י.</ref> איש דברים אנכי גו' כי כבד פה וכבד לשון אנכי", און דעריבער איז "שלח<ref>שם, יג.</ref> נא ביד תשלח"<ref>"ביד מן דכשר למשלח" (תרגום אונקלוס עה"פ), "שלח נא ביד אדם מדבר צחות שיהי' כשר וראוי לשליחות נכבדות כזאת כו'" (רמב"ן שם).</ref> – ווערט ערקלערט בכ"מ<ref>זח"ב כה, ב. ד"ה ויאמר גו' מי שם פה באוה"ת שמות ע' עה. ד"ה הנ"ל תרכ"ז (ע' עה ואילך). תרנ"ח (ס"ע עו ואילך).</ref>, אַז אין גלות מצרים איז "דיבור (משה) הוה בגלותא"<ref>לשון הזהר שם.</ref>, און דעריבער האָט משה גע'טענה'ט אַז דורך אים קען ניט זיין די גאולה למטה<ref>וראה ד"ה ויאמר גו' מי שם פה תרע"ח (ע' קלח), שפליאת משה היתה "איך יכול להיות גילוי אוא"ס עד למטה מטה, וגם ראה הקליפה הקשה דמצרים שמונע ומעכב ביותר כו'". וראה ד"ה זה תרל"ד (ע' קכ). תשי"ט.</ref>. | ||
ובשרש הענינים איז דאָס צוליב מעלת משה, וואָס ער מצ"ע איז אין אַ דרגא וועלכע איז העכער פאַר גילוי בדיבור, העכער אפילו פאַר דער גילוי פון תורה שבכתב ותושבע"פ למטה ["כבד פה באורייתא דבעל פה וכבד לשון באורייתא שבכתב"<ref>זח"ג כח, רע"א. וראה מקומות שבהערה 42.</ref>], משה<ref>בהבא לקמן – ראה תו"א וארא ד"ה ויאמר גו' מי שם פה (נא, ד ואילך). תו"ח שם (נט, א ואילך).</ref> איז געווען "כבד פה" דערפאַר ווייל "שרשו מתהו ששם היו האורות גדולים ולא היו יכולים להתלבש בכלים, וזהו ענין כבד פה שלא הי' יכול להשפיע אור שכלו לתוך כלי הפה"<ref name=":1">ל' התו"א שם, ב.</ref>, און דעריבער האָט ער געזאָגט "שלח נא ביד תשלח" (משיח צדקנו), "דהיינו מי שהוא מעולם התקון"<ref name=":1" />, וואו די כלים זיינען מרובים להכיל האורות. | ובשרש הענינים איז דאָס צוליב מעלת משה, וואָס ער מצ"ע איז אין אַ דרגא וועלכע איז העכער פאַר גילוי בדיבור, העכער אפילו פאַר דער גילוי פון תורה שבכתב ותושבע"פ למטה ["כבד פה באורייתא דבעל פה וכבד לשון באורייתא שבכתב"<ref>זח"ג כח, רע"א. וראה מקומות שבהערה 42.</ref>], משה<ref>בהבא לקמן – ראה תו"א וארא ד"ה ויאמר גו' מי שם פה (נא, ד ואילך). תו"ח שם (נט, א ואילך).</ref> איז געווען "כבד פה" דערפאַר ווייל "שרשו מתהו ששם היו האורות גדולים ולא היו יכולים להתלבש בכלים, וזהו ענין כבד פה שלא הי' יכול להשפיע אור שכלו לתוך כלי הפה"<ref name=":1">ל' התו"א שם, ב.</ref>, און דעריבער האָט ער געזאָגט "שלח נא ביד תשלח" (משיח צדקנו), "דהיינו מי שהוא מעולם התקון"<ref name=":1" />, וואו די כלים זיינען מרובים להכיל האורות. | ||
| שורה 108: | שורה 108: | ||
וואָס דאָס ווערט אַ הכנה צו שלימות הענין פון דירה לו יתברך בתחתונים בגאולה האמיתית והשלימה, ווען אויך דער "נחש" – "תנין הגדול" (פרעה) – וועט זיין אַ "שמש גדול"<ref>ראה סנהדרין נט, ב.</ref> צו קדושה<ref>ומעין זה נעשה ע"י הפיכת התנין למטה, ע"ד אז אהפוך אל עמים שפה ברורה גו' (צפני' ג, ט. אוה"ת וארא ע' קצה).</ref>. | וואָס דאָס ווערט אַ הכנה צו שלימות הענין פון דירה לו יתברך בתחתונים בגאולה האמיתית והשלימה, ווען אויך דער "נחש" – "תנין הגדול" (פרעה) – וועט זיין אַ "שמש גדול"<ref>ראה סנהדרין נט, ב.</ref> צו קדושה<ref>ומעין זה נעשה ע"י הפיכת התנין למטה, ע"ד אז אהפוך אל עמים שפה ברורה גו' (צפני' ג, ט. אוה"ת וארא ע' קצה).</ref>. | ||
י. אין גאולת מצרים איז אָבער ניט געווען די שלימות בירור התחתון, כמובן דערפון וואָס עס האָט געדאַרפט זיין "כי ברח העם"<ref>בשלח יד, ה.</ref>, "בחפזון יצאת מארץ מצרים"<ref>פ' ראה טז, ג.</ref>, ווייל דער רע איז נאָך געווען בתוקף כו'<ref>ראה [[לקוטי אמרים פרק ל"א|תניא פל"א]] (מ, ב).</ref> (כמובן גם מזה וואָס דערנאָך "וירדוף (מצרים) אחרי בני ישראל"<ref>בשלח יד, ח.</ref>, און יצי"מ איז ניט נשלם געוואָרן ביז "וירא<ref>שם, ל.</ref> ישראל את מצרים '''מת''' על שפת הים"<ref>שעד אז היתה אימת מצרים עליהם (שהרי "איקטורין שלח עמהם" – פרש"י בשלח יד, ה, ממכילתא עה"פ). וראה גם סה"מ מלוקט ח"ד ע' רכו הערה 16.</ref>). | י. אין גאולת מצרים איז אָבער ניט געווען די שלימות בירור התחתון, כמובן דערפון וואָס עס האָט געדאַרפט זיין "כי ברח העם"<ref>בשלח יד, ה.</ref>, "בחפזון יצאת מארץ מצרים"<ref>פ' ראה טז, ג.</ref>, ווייל דער רע איז נאָך געווען בתוקף כו'<ref>ראה [[לקוטי אמרים פרק ל"א|תניא פל"א]] (מ, ב).</ref> (כמובן גם מזה וואָס דערנאָך "וירדוף (מצרים) אחרי בני ישראל"<ref name=":6">בשלח יד, ח.</ref>, און יצי"מ איז ניט נשלם געוואָרן ביז "וירא<ref>שם, ל.</ref> ישראל את מצרים '''מת''' על שפת הים"<ref>שעד אז היתה אימת מצרים עליהם (שהרי "איקטורין שלח עמהם" – פרש"י בשלח יד, ה, ממכילתא עה"פ). וראה גם סה"מ מלוקט ח"ד ע' רכו הערה 16.</ref>). | ||
שלימות בירור העולם וועט זיין דוקא בסוף גלות זה האחרון, בגאולה האמיתית והשלימה, "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", וואָס דעריבער וועט די יציאה פון דעם גלות אין דער גאולה זיין באופן אַז "לא בחפזון תצאו ובמנוסה לא תלכון"<ref>ישעי' נב, יב.</ref>, ווייל "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ", און דעריבער וועט מען אַרויסגיין פון גלות (בזריזות, אָבער) באופן פון מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, בתכלית השלימות והבריאות – נשמות בגופים, און מ'גייט גלייך איבער (בלי הפסק כלל) צו חיים נצחיים פון נשמות בגופים בגאולה האמיתית והשלימה (תכלית ושלימות השכר, כנ"ל). | שלימות בירור העולם וועט זיין דוקא בסוף גלות זה האחרון, בגאולה האמיתית והשלימה, "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", וואָס דעריבער וועט די יציאה פון דעם גלות אין דער גאולה זיין באופן אַז "לא בחפזון תצאו ובמנוסה לא תלכון"<ref>ישעי' נב, יב.</ref>, ווייל "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ", און דעריבער וועט מען אַרויסגיין פון גלות (בזריזות, אָבער) באופן פון מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, בתכלית השלימות והבריאות – נשמות בגופים, און מ'גייט גלייך איבער (בלי הפסק כלל) צו חיים נצחיים פון נשמות בגופים בגאולה האמיתית והשלימה (תכלית ושלימות השכר, כנ"ל). | ||
| שורה 129: | שורה 129: | ||
דערפון איז נאָכמער מובן, ווי דער "אתפריעו כל נהורין" באַ דעם בעל ההילולא (ובפרט ביום ההילולא), כולל בהנהגתו מתוך שמחה, ווערט נמשך צו יעדער איד און אַלע אידן פון דעם דור, אַז אַלס נשמות בגופים זאָלן זיי קענען אויפנעמען די אורות גדולים. | דערפון איז נאָכמער מובן, ווי דער "אתפריעו כל נהורין" באַ דעם בעל ההילולא (ובפרט ביום ההילולא), כולל בהנהגתו מתוך שמחה, ווערט נמשך צו יעדער איד און אַלע אידן פון דעם דור, אַז אַלס נשמות בגופים זאָלן זיי קענען אויפנעמען די אורות גדולים. | ||
יב. ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס באַ דעם בעל ההילולא איז דאָ דער גילוי פון "בא אל פרעה" – איז דאָס איצטער בפועל אין אַן אופן ווי ער שטייט אַלס אַ נשמה למעלה מהגוף. וע"פ המדובר לעיל בארוכה, איז פאַרשטאַנדיק אַז תכלית השלימות בזה איז דוקא בשעת דער "אתפריעו כל נהורין" ווערט נתגלה אין אַ נשמה בגוף, ווי עס וועט זיין באַ דעם בעל ההילולא תיכף ומיד ממש ווען "הקיצו ורננו שוכני עפר"<ref>ישעי' כו, יט.</ref>. | |||
נאָכמער: אויך בחיים חיותו בעלמא דין האָט דער בעל ההילולא געליטן יסורים גשמיים, וועלכע האָבן אויך גע'פועל'ט אויף זיינע ענינים רוחניים, כולל – דאָס וואָס בשנים האחרונות איז ביי אים געווען בדוגמת המצב פון "כבד פה וכבד לשון" באַ משה רבינו... און דאָס האָט גע'פועל'ט בנוגע צו זיין אופן פון אמירת חסידות והפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה... | |||
ועד כדי כך, אַז אפילו זיין רופא (וועלכער איז געווען אויך אַ פּראָפעסאָר, וואָס דאָס איז אַ מעלה נוספת לגבי סתם אַ רופא) האָט אים אַמאָל געפרעגט בטענה – היתכן אַז זיינע יסורים זאָלן אָנרירן דוקא זיין כח הדיבור, באופן כזה אַז ער קען ניט אויספירן שליחותו בעולם ווי ער וואָלט געוואָלט?! ער – דער בעל ההילולא – איז דער וואָס קאָכט זיך אַזוי שטאַרק אין הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה. האָט דער אויבערשטער אים אַליין געדאַרפט געבן די פולע מעגלעכקייט צו קענען דאָס דורכפירן מיטן גאַנצן פאַרנעם, ובמילא האָט ער געדאַרפט קענען מושל ושולט זיין אויף זיין כח הדיבור, וואָס דורך דיבור (בעיקר) איז מען מפיץ תורה ויהדות (דורך זאָגן מאמרי חסידות, און געבןהוראות וכו'). ואדרבה: וויבאַלד אַז ער קאָכט זיך אַזוי אין דער עבודה, האָט ביי אים געדאַרפט זיין (ניט בלויז ניט האָבן קיינע מניעות ועיכובים בערך צו אַנדערע, נאָר אדרבה –) נאָכמער כחות אויף דעם ווי ביי אַנדערע מענטשן! | |||
איז היתכן – האָט דער דאָקטאָר געפרעגט – אַז ניט קוקנדיק אויף דעם אַלעם, זעט מען ביי אים פּונקט דעם היפך – אַז זיינע יסורי הגוף האָבן אָנ־ גערירט זיין כח הדיבור בגשמיות, וואָס דאָס פועל'ט אויך אַז עס זאָל בפשטות אָנרירן (כביכול) זיין דיבור במאמרי חסידות וכיו"ב, וואָס בפשטות הענינים האָט עס גע'פועל'ט אַז דאָס זאָל זיין ווייניקער (בכמות) לגבי ווי עס האָט געדאַרפט זיין, סיי בהתפשטות הדיבור שלו באמירת מאמרי חסידות, און סיי בהתפשטות דברי חסידות שלו בכתב (ווייל אויב ער וואָלט געזאָגט מערערע מאמרים, וואָלט אויך צוגעקומען אין דער "חזרה" פון די מאמרים, און אויך אין רשימות בכתב). | |||
און אע"פ אַז ס'איז ניט שייך פרעגן שאלות אויף דער הנהגה פון דעם אויבערשטן בעולמו, ובפרט מיט אַ נשיא הדור, און ס'איז ניט שייך זאָגן "ווי עס האָט געדאַרפט זיין" און "ווי עס האָט ניט געדאַרפט זיין" – אעפ"כ, האָט דער אויבערשטער איינגעשטעלט דעם סדר אַז "איני מבקש לפי כחי אלא לפי כחן"<ref>במדב"ר פי"ב, ג.</ref>, אַז מ'זאָל זיך משתדל זיין דאָס צו פאַרשטיין בשכל אנושי פון יעדן אידן "לפי כחן". | |||
ובפרט בנדו"ד – אַז דאָס איז ניט בלויז אַ שאלה ע"פ שכל (פון אַ רופא), היתכן אַז דער נשיא הדור קען ניט אויספירן שליחותו ווי ער וואָלט געוואָלט, נאָר דאָס איז אויך אויסגעהאַלטן ע"פ התורה – כמובן פון דעם וואָס ווען משה האָט גע'טענה'ט צו דעם אויבערשטן "כבד פה וכבד לשון אנכי", "ואני ערל שפתים", און דעריבער "שלח נא ביד תשלח", האָט אים דער אויבערשטער גלייך געענטפערט: "אנכי אהי' עם פיך", און זיך ניט באַנוגנט דערמיט, נאָר אויך – אַז "אהרן אחיך . . יהי' לך לפה", וואָס דורך אהרן זיינען דברי משה אַרויס בדיבור גשמי ממש! | |||
ויש לומר, אַז דאָס וואָס איז געווען באַ כ"ק מו"ח אדמו"ר איז ע"ד ווי ס'איז געווען באַ משה בדורו (כנ"ל ס"ו): וויבאַלד עס האָט זיך נאָך ניט געענדיקט שלימות הבירור, דעריבער איז "הדיבור הוא בגלות" (און משה מצ"ע איז העכער פאַר דעם גילוי אין דיבור), און דער אויבערשטער האָט אים ניט מרפא געווען, נאָר געמאַכט אַ נס אַז "ואנכי אהי' עם פיך", "יהיו דבריו נכונים"; | |||
און דער תיקון ומילוי הדבר בתכלית השלימות ווערט אויפגעטאָן – בכחו פון דעם בעל ההילולא – דורך די נשמות בגופים, נשמות בריאות בגופים בריאים, פון אונזער דור, דער דור התשיעי, וואָס מיר האָבן דעם כח צו אויפטאָן דעם תפקיד פון "אהרן אחיך יהי' נביאך", דורך אַרויסברענגען בדיבור בפועל (באופן פון "הקול נשמע בית פרעה"), ובשפע רב, די דברי תורה און הוראות וכו' פון דעם בעל ההילולא, ביז אַז דער דור איז דער דור ווען עס ווערט מקויים – ותיכף ומיד ממש – "שלח נא ביד תשלח"<ref>ראה בארוכה לעיל ע' 97 ואילך.</ref>, וואָס דורך משיח צדקנו פירט זיך דורך בשלימות דער גילוי האורות בכלי הדיבור (כנ"ל ס"ו). | |||
[וי"ל, אַז דאָס איז אויך מרומז אין דעם ר"ת פון "מיד" – משה, ישראל (הבעש"ט), דוד (מלכא משיחא): די שלימות פון עבודת משה און עבודת הבעש"ט (וואָס ער איז כולל אַלע רבותינו נשיאינו, ביז נשיא דורנו) ווערט דורכגעפירט דורך דוד מלכא משיחא, "שלח נא ביד תשלח"]. | |||
יג. ויש לומר אַז ענין הנ"ל איז אויך מרומז אין דער קביעות פון יו"ד שבט בשנה זו – ביום הרביעי בשבוע, שבו "נטלו המאורות אָבער בו ביום איז נתלו המאורות, נתלו בתי"ו"<ref>לקו"ד ח"א מב, סע"א ואילך. וראה ז"ח בלק ד"ה אראנו (נה, ב).</ref>: | |||
אין דעם טאָג איז געווען די הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר (נטלו המאורות). אָבער ניט באופן אַז דאָס בלייבט באַ "נטלו" ח"ו, נאָר פון דעם "נטלו" איז געוואָרן גלייך נתלו "שני המאורות הגדולים"<ref>בראשית א, טז.</ref> באופן נעלה יותר – כידוע אַז דורך הסתלקות ווערט נאָך אַ העכערע עלי' וגילוי (מבחי' "אסתלק יקרא דקוב"ה בכולהו עלמין"<ref>ראה [[לקוטי אמרים פרק כ"ז|תניא פכ"ז]] ו[[לקוטי תורה פקודי|לקו"ת ר"פ פקודי]] (מזח"ב קכח, ב. ועוד). [[תורה אור ויקהל|תו"א ויקהל]] פט, ד. [[לקוטי תורה חוקת|לקו"ת חוקת]] סה, ג. וראה ד"ה באתי לגני ה'שי"ת פ"א.</ref>), און דעמולט איז די נשמה "אשתכח בכלהו עלמין יתיר מבחיוהי"<ref>זח"ג עא, ב. הובא ונת' ב[[אגרת הקודש סימן כ"ז|אגה"ק סכ"ז]] וביאורה (קמו, א ואילך).</ref>; און דורך זיינע חסידים ותלמידים וועלכע זיינען מקושר צו אים אַלס נשמות בגופים דאָ למטה אין דעם דור התשיעי (תשיעי מיט אַ תי"ו, ע"ד דער תי"ו פון "נתלו" לגבי דעם טי"ת פון "נטלו") – ווערט אויפגעטאָן אויך למטה די שלימות פון "נתלו המאורות", "אתפריעו ואתגליין מיני' כל נהורין" אין אַ נשמה בגוף למטה. | |||
דערפון איז מובן דער חידוש פון אונזער דור – דער דור התשיעי לגבי כל הדורות שלפני זה, ביז אויך בדור שלפנ"ז (דור השמיני): וויבאַלד אַז די גאולה איז דעמולט ניט געקומען בפועל, איז דער "בא אל פרעה" (דער גילוי פון "אתפריעו כל נהורין" למטה) ניט געווען בתכלית השלימות אַלס נשמה בגוף בריא (ס'איז געווען די הסתלקות הנשמה מן הגוף, און אויך די נשמה בגוף איז געווען במצב אַז דער "הדיבור הוא בגלות" וכו'); משא"כ בדורנו זה – דער דור האחרון פון גלות ודור הראשון פון גאולה – ווערט תומ"י "נתלו המאורות", אַז ניט נאָר וואָס עס פעלט ניט ח"ו אין די מאורות הגדולים פון גילוי תושב"כ און תושבע"פ<ref>ראה של"ה בהקדמתו טז, סע"א. מס' שבועות שלו קצא, א. וראה לקו"ת שה"ש יא, ד. אוה"ת בראשית יד, א. לו, סע"ב. במדבר ע' מו. מג"א ע' ב'שמא (בהוצאת תש"נ – ע' קמט). נ"ך ע' ריז. ועוד. וראה לקו"ש ח"ל ע' 10 ואילך.</ref>, נאָר אדרבה – עס קומט צו נאָך אַ העכערע שלימות בזה [ניט באופן פון "כבד פה מאורייתא שבע"פ וכבד לשון מאורייתא שבכתב", זייענדיק למעלה מזה], באופן אַז אַלס נשמות בגופים נעמט מען אויף בפנימיות "אתפריעו כל נהורין" וואָס "נתלו" איצטער, דורך דעם וואָס עס קומט גלייך משיח צדקנו, "שלח נא ביד תשלח", וילמד תורה את כל העם כול<ref>ראה רמב"ם הל' תשובה פ"ט ה"ב. [[לקוטי תורה צו|לקו"ת צו]] יז, א ואילך. ובכ"מ.</ref>, ביז "תורה חדשה מאתי תצא"<ref>ישעי' נא, ד. ויק"ר פי"ג, ג.</ref>, | |||
און דאָס טוט אויף די שלימות ועלי' פון כל הדורות שלפנ"ז, דורך דעם וואָס "הקיצו ורננו שוכני עפר", און דער בעל | |||
ההילולא בראשנו. | |||
דער חידוש פון דעם דור לגבי הדורות שלפני זה – זעט מען בפועל אין דער עבודה פון דעם דור: בדורנו זה איז צוגעקומען ביז שלא בערך לגבי הדורות שלפנ"ז אין דער עבודה פון הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה, הן אין דעם ריבוי השפע (די ספרים הנדפסים וכו'), און הן אין מאַכן פון דער גאַנצער וועלט, ביז אין חוצה שאין חוצה ממנו, אַ כלי צו אויפנעמען די אורות גדולים, סיי בנוגע צו אידן – דורך די תרי"ג מצוות, און סיי בנוגע צו אוה"ע – דורך הפצת השבע מצוות בני נח<ref>ראה רמב"ם הל' מלכים פ"ח ה"י.</ref>, אַזוי אַז מ'באַלייכט די גאַנצע וועלט מיט "נר מצוה ותורה אור" באופן פון "אתפריעו כל נהורין", אַז יעדערער קען אויפנעמען דעם אור אַלס אַ נשמה בריאה בגוף בריא, | |||
ביז אַז מ'זעט בפועל (ווי גערעדט כמ"פ לאחרונה) ווי די אומות העולם בכו"כ מדינות זיינען מסייע אידן אין זייער עבודה (ע"ד און נאָכמער ווי ס'איז געווען באַ יציאת מצרים), ביז אַז אויך מדינה ההיא וועלכע איז געווען סגורה ומסוגרת אַ ריבוי שנים, און מ'האָט פון דאָרט ניט אַרויסגעלזאָט אידן און זיי ניט דערלאָזט צו מקיים זיין תומ"צ בשלימות וכו' – איז לאחרונה נשתנה געוואָרן מן הקצה אל הקצה, און איצטער איז ניט נאָר וואָס מ'לאָזט אידן זיך פירן דאָרט ווי ביי זיי קומט אויס, און מ'לאָזט זיי פון דאָרט אַרויספאָרן, נאָר נאָכמער – מ'איז זיי דערצו מסייע. | |||
ביז אַז מ'זעט היינט בפועל אַז נוסף לזה וואָס אידן זיינען "הכן כולכם" צו דער גאולה, שטייען אויך די אוה"ע "הכן כולכם" אַז אידן זאָלן שוין אַרויסגיין פון גלות און גיין אין ארץ ישראל בגאולה האמיתית והשלימה, און נשמות בגופים בלי שום הפסק כלל, קומט מען גלייך צו תכלית השלימות פון "בא אל פרעה" בגאולה האמיתית והשלימה, די שלימות הגילוי פון "אתפריעו כל נהורין", "והי' לך הוי' לאור עולם"<ref>ישעי' ס, יט.</ref>. | |||
יד. דערפון איז מובן דער לימוד איצטער פון "בא אל פרעה": | |||
מ'האָט גערעדט כמ"פ, אַז ס'איז שוין "כלו כל הקיצין"<ref>סנהדרין צז, ב.</ref> און מ'האָט שוין אַלץ פאַרענדיקט, און די גאולה האָט שוין פון לאַנג געדאַרפט קומען, און מפני טעמים שאינם מובנים כלל וכלל איז זי נאָך ניט געקומען. | |||
דערפון איז מובן, אַז עכ"פ איצטער, דאַרף די גאולה קומען תיכף ומיד ממש. ובלשון העולם: ס'איז די העכסטע צייט אויף דער גאולה האמיתית והשלימה! | |||
ולהעיר, אַז אין דעם לשון "העכסטע צייט" איז מרומז דער תוכן פון גאולה – אַז "צייט" (זמן), וואָס איז פאַרבונדן מיט מדידה והגבלה (עבר הוה ועתיד), ווערט די "'''העכסטע''' (צייט)", באופן שאין למעלה ממנו. ד.ה. אַז דער גבול (צייט) עצמו ווערט בלי גבול (העכסטע), ביז באופן אַז זיי ווערן איין זאַך ממש, ע"ד המדובר לעיל בענין "אתפריעו כל נהורין". | |||
ואדרבה: דער עיקר הדגשה בזה איז אויף דעם גבול פון זמן גשמי ("צייט") – ווייל ברוחניות הענינים (ביז אין די "העכסטע" דרגות) האָט מען שוין שלימות הענינים ביז אויך די שלימות פון גאולה (רוחנית), די עיניים רוחניים פון אַ אידן זעען שוין די גאולה; איצטער דאַרף זיין די פתיחה פון די עיניים גשמיים, אַז אויך זיי זאָלן זען די גאולה ווי זי איז בגלוי לעיני בשר אין דעם איצטיקן צייט. | |||
וכמובן אויך בפשטות: דער עיקר בענקעניש וגעגועים צו דער גאולה איז ניט אַזוי מצד הרוחניות והנשמה, ווייל מצד רוחניות הענינים איז די נשמה בשלימות און אַלע ענינים זיינען בשלימות (און הגם אַז אַ איד געפינט זיך אַ נשמה בגוף אין עולם הזה הגשמי, איז מצד הנשמה והרוחניות הערט זיך ניט אָן דער חושך פון עולם), משא"כ מצד גשמיות הענינים של הגוף, דאָרטן הערט זיך אָן בעיקר דער העלם והסתר, און במילא – איז דאָס נאָך שטאַרקער מעורר די געגועים צו דער גאולה. | |||
און דער חידוש פון דער גאולה באַשטייט אין דעם, אַז דער גילוי פון "אתפריעו כל נהורין" וועט זיין אויך אין גשמיות העולם הנראה לעיני בשר, אין מקום וזמן גשמי, עס זאָל ווערן אַ דירה לו ית' בתחתונים. ואדרבה: אין דעם באַשטייט די שלימות אויך פון רוחניות (וואָס דערפאַר איז לע"ל הנשמה ניזונית מן הגוף), דערפאַר וועט די גאולה בגשמיות העולם ברענגען גאולה בכל העולמות והדרגות למעלה. | |||
טו. ובנוגע לפועל: | |||
שטייענדיק אין די ימי ההכנה צו יו"ד שבט, דער יום ההילולא פון נשיא דורנו – ווען עס קומט צו אַן עלי' אין דעם נשיא הדור כ"ק מו"ח אדמו"ר, און דורך אים – אין כל אנשי הדור, נשי הדור וטף הדור – דאַרף יעדער איד פון דעם דור, אנשים נשים וטף, אָננעמען החלטות טובות בנוגע צו אַלע ענינים וואָס דער בעל ההילולא האָט געמאָנט, אָנהויבנדיק פון "נר מצוה ותורה אור", לימוד התורה (תושב"כ ותושבע"פ) וקיום המצוות בהידור, הן בנוגע לעצמו והן בנוגע להזולת – די עבודה פון הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה, באופן פון "בא אל פרעה", מאַכן יעדער איד פאַר אַ כלי צו אויפנעמען "אתפריעו כל נהורין" פון די "שני המאורות הגדולים", תושב"כ ותושבע"פ, נגלה דתורה ופנימיות התורה, | |||
כולל ובמיוחד – דורך מוסיף זיין אין לימוד התורה פון דעם בעל ההילולא עצמו און מקיים זיין זיינע הוראות. | |||
וכל זה בהדגשה – אַז יעדערער זאָל אויף זיך אָננעמען אַז זיין לימוד בתורתו פון דעם בעל ההילולא זאָל אויך משלים וממלא זיין דאָס וואָס האָט געפעלט אין דער התפשטות והפצת המעינות צוליב דער מניעה ועיכוב בכח הדיבור פון דעם בעל ההילולא, סיי דורך דעם אייגענעם לימוד '''בדיבור''' און סיי אין הפצת המעינות חוצה צו אַנדערע. | |||
טז. ובפרטיות יותר – האָט זיך דער בעל ההילולא אָפּגעגעבן מיט יעדער סוג פון אידן לפי ענינו ווי מ'האָט געזען די פנים צהובות ושמחות וואָס דער בעל ההילולא האָט געוויזן צו יעדן אידן, אנשים נשים טף – אנשים לפי ענינם, נשים – לפי ענינן, און טף – לפי ענינם. | |||
אין דעם איז באַשטאַנען איינער פון די חידושים פון נשיא דורנו, אַז בשנותיו האחרונות בפרט האָט ער זיך מוסר נפש געווען אויף הפצת התורה והיהדות – ובמיוחד לימוד התורה וחינוך – פון נשי ובנות ישראל און פון טף בישראל (וואָס דאָס איז אַ חידוש פאַר אַ נשיא בישראל). | |||
והגם אַז מ'געפינט דוגמתו באַ גדולי ישראל בשנים שלפנ"ז [כידוע פון זייערע מכתבים וכיו"ב], איז דאָס ניט נתקבל געוואָרן ביי אַלעמען, און אפילו באַ די באַ וועמען ס'איז נתקבל געוואָרן איז דאָס געווען מיט כמה הגבלות; משא"כ די פעולות בזה פון דעם בעל ההילולא זיינען נתפשט געוואָרן און האָבן דערגרייכט בריבוי מקומות בעולם, והולך ומתפשט, און דורך דעם איז צוגעקומען שלא בערך אין לימוד התורה פון נשי ובנות וטף בישראל. | |||
דערפון האָט מען די הוראה – אַז דער חיזוק הפעולות בקשר מיט יו"ד שבט דאַרף זיין מיט אַלע סוגים צווישן אידן, אנשים נשים וטף, און יעדער סוג – לפי ענינו. און מיט ספּעציעלע אַכט צו די פעולות מיט נשי ובנות ישראל און טף, וואָס נוסף צו זייער אייגענע עבודה קומט דורך דעם צו אויך אין דער עבודה פון כל בני הבית, אויך די אנשים: | |||
טף טיילן זיך אויס דערמיט וואָס מ'דאַרף זיי מחנך זיין ביסלעך־ווייז, לויט זייערע כלים, באופן אַז זיי זאָלן דאָס קענען אויפנעמען. ובלשון הכתוב<ref>ויגש מז, יב.</ref> – אַז יוסף (ועד"ז יוסף בדורנו) האָט צוגעשטעלט "לחם לפי הטף". ונוסף לזה: טבע פון טף איז אַז זיי זיינען מפרר את האוכל<ref>ראה פסחים י, ב. – וראה מפרשים עה"פ ויגש שם (לק"ט, רא"ם ושפ"ח לפרש"י), דזהו הדגשת הכתוב "לחם לפי הטף", כי מצד טבעם לפרר, צריך ליתן להם יותר משיעור אכילתם. וראה סה"ש תנש"א ח"א ע' 209 הערה 47.</ref>, וואָס דורך דעם קען דער מאכל אויך אָנקומען צו אַנדערע וואָס קענען דערוויילע ניט אויפנעמען מערער ווי קליינע פירורים. | |||
ועד"ז בנוגע צו נשי ובנות ישראל: | |||
צווישן די מצוות מיוחדות פון נשי ובנות ישראל – איז דער ענין פון הדלקת נרות שבת קודש ויום טוב. וואָס דאָס איז אויך פון די חידושים שבדורנו – אַז ס'איז צוגעקומען בריבוי גדול אין נשי ובנות ישראל וועלכע צינדן נרות שבת קודש ויו"ט, און באַלייכטן דורך דעם זייערע הייזער און די וועלט מיט "נר מצוה ותורה אור", ביז באופן פון "אתפריעו כל נהורין". | |||
כנראה בפשטות, אַז בשעת מ'צינדט אָן אַ ליכט ווערט דער גאַנצער צימער באַלויכטן מיט די ליכטיקייט פון דעם נר. און זייענדיק אַ נר קדוש, אויף וועלכע מ'האָט געמאַכט אַ ברכה, באַלייכט דאָס דעם גאַנצן צימער מיט קדושה – ע"ד דער ענין פון "אתפריעו כל נהורין". | |||
[משא"כ אַנדערע מצוות, קענען זיי זיין אין אַן אופן אַז איין מצוה איז אָפּגעטיילט פון די אַנדערע. וכדיוק לשון חז"ל<ref>חגיגה בסופה. וש"נ.</ref> "מלאין מצוות כרמון": ער איז טאַקע מלא מצוות, אָבער זיי זיינען אָפּגעטיילט איינע פון די צווייטע און פאַרדעקט מיט אַ שאָלאַכץ המכסית, בדוגמא ווי די גרעינים אין אַ רימון]. | |||
ועפ"ז איז אויך מובן, ווי דורך נש"ק פון נשי ובנות ישראל קומט צו אין קיום המצוות פון כל בני ביתם, אויך דער מאַן און די זין. וכפשטות הענין: הדלקת נרות שבת איז די פתיחה וואָס פירט אַריין דעם גאַנצן שבת פאַר כל בני בית, און ערשט דערנאָך קומען די תפלות שבת און קידוש פון די אנשים. ועד"ז בכללות יותר – ווי די גמרא זאָגט<ref>שבת כג, ב.</ref> אַז דורך הדלקת נרות שבת קודש, איז מען זוכה צו בנים תלמידי חכמים, "דכתיב כי נר מצוה ותורה אור . . ע"י נר מצוה דשבת . . בא אור דתורה"<ref>פרש"י שם.</ref>. | |||
ויש לומר אַז דאָס איז אויך מרומז אין דער גימטריא פון "נר"<ref>ראה זח"ב קסו, ב. לקו"ת [[לקוטי תורה בהעלותך|בהעלותך]] לג, ג. [[לקוטי תורה שלח|שלח]] מד, ד. ובכ"מ.</ref> – רמ"ח מצוות עשה דורכגענומען און אָנגעפירט מיט די צוויי קוים פון אהבה ויראה. | |||
יז. ובכללות – איז דער לימוד דערפון, אַז די עבודה פון אַ אידן דאַרף זיין באופן פון "אתפריעו כל נהורין", אַז זיין גאַנצע מציאות איז דורכגענומען מיט "נר מצוה ותורה אור", און ער טוט די עבודה מיט אַ נשמה בריאה אין אַ גוף בריא, בדוגמא ווי אַ כהן גדול וואָס איז שלם אין אַלץ (כנ"ל ס"ח). | |||
און אפילו אויב ס'איז דאָ ח"ו אַ הפסק וירידה "ברגע קטן עזבתיך"<ref>ישעי' נד, ז.</ref>, אַז עס פעלט אַ טאַטע אָדער אַ מאַמע ר"ל (וויבאַלד אַז די גאולה איז נאָך ניט געקומען בפועל) – איז דאָס ירידה צורך עלי', נאָר בכדי צוקומען צו אַ העכערע דרגא אין דעם גילוי פון "בא אל פרעה", סיי אין דער נשמה, ועוד ועיקר – אין אירע בני בית, די זין און בעיקר די טעכטער, אַז זיי זאָלן זעען ממלא וממשיך זיין טאָן די עבודה וואָס זי וואָלט געטאָן בחיים, ברוח וואָס זי האָט אין זיי אַריינגעגעבען דורך זייער חינוך, וואָס דורך "זרעה בחיים" איז "אף היא בחיים"<ref>ראה תענית ה, ב.</ref>. | |||
ובכללות – אַז דורך דעם זאָל צוקומען נאָכמער אין דעם גילוי הנשמה בבחי' שושנה, וועלכע איז מקבל פון דעם אויבערשטן הנקרא שושן<ref>ראה זח"ג קז, א. סה"מ תקס"ח ע' צ. וראה ספר הליקוטים דא"ח צ"צ ערך שושנה. וש"נ.</ref>, ביז אַז עס ווערט די התאחדות גמורה פון "ישראל וקוב"ה כולא חד". | |||
יח. ויהי רצון, אַז דורך עצם קבלת ההחלטות בקשר מיט יו"ד שבט – כולל, אַז יעדערער איז זיך משתתף אין אַלע פעולות ומנהגים פאַרבונדן מיט יו"ד שבט, אָנהויבנדיק פון דער התוועדות וואָס מ'מאַכט בכל מקום ביום זה, און בשבוע שלפניו ושלאחריו – זאָל נאָך פאַר דעם זיין "הקיצו ורננו שוכני עפר", און דער בעל ההילולא בראשנו, ותיכף ומיד ממש, אין דעם ממש'דיקן פירוש פון "ממש" – כידוע<ref>זח"א קמ, א.</ref> אַז צדיקים קמים בתחה"מ מיד, און מ'פּראַוועט מיט אים צוזאַמען דעם יום ההילולא, | |||
און תיכף ומיד ממש ווערט "בשלח פרעה את העם"<ref>ר"פ בשלח.</ref>, "ובני ישראל יוצאים ביד רמה"<ref name=":6" /><ref name=":5" /> – אַז מ'גייט אַרויס פון גלות און מ'גייט אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, להר הקודש, לבית המקדש השלישי, ולקדש הקדשים, ה' ימלוך לעולם ועד<ref>שם טו, יח.</ref>. | |||
{{הערות שוליים}} | {{הערות שוליים}} | ||