קונטרס עיון תפלה

מתוך חב"דטקסט, מאגר טקסטים חב"דים חופשיים
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ספר זה מותר להעתקה עקב התיישנות, בהתאם לחוק זכויות יוצרים

קונטרס עיון תפלה
שער קונטרס עיון תפלה (פיטרקוב, תרס"ד)
מידע כללי
מאת אדמו"ר האמצעי
שפת המקור אידיש
סוגה חסידות
הוצאה
שנת הוצאה תרי"ט
מהדורות נוספות
מהדורה ראשונה תרי"ט (בשם מוסר השכל ומורה דרך)
מהדורות נוספות וורשה, תרל"ב. פיטרקוב, תרס"ד. לודז'־בילגוריה, תרפ"ו.

בעז"ה בס"ד תורת אדמו"ר תקפ"ז לפ"ק

אתחיל לבאר ענין התפלה בדרך כלל, הנה בהקדם צ"ל ענין התפלה איכותה ומהותה ועל מה אדניה הטבעו, ומה ענין פעולתה. און ווארום ניט גאר בלא תפלה, אחר שבאמת איז דער עיקר תרי"ג מצות שהם זולת התפלה, ולהבין זה איז מבשרי אחזה אלק', למשל וויא עש איז פראנען אצל האדם הגשמי רמ"ח אברים ושס"ה גידים וואש דערינען איז זיך מתפשט דיא נשמה מחיה צו זיין דעם גוף, און פון דעסט וועגין איז פראנען נאך אזאך וואס דאס איז לא מרמ"ח אברים ולא משס"ה גידים וואש דאס איז דער עיקר חיות. דהיינו חוט השדרה וואש דאש איז דער מייחד ומחבר פון מוח שבראש דורך ח"י חוליות שהם הצלעות. אשר באמת זולת זה היה האדם מת לגמרי, הגם שיש אצלו רמ"ח אברים ושס"ה גידים אין וואס דיא נשמה זאהל זיך מתפשט זיין, פון דעסט וועגין אן אחוט השדרה וואלטין זיי זיין נפרדים מפני שאין להם שום התחברות והתיחדות בלתי חוט השדרה, ועפ"י הדין הוא כן נפסק חוט השדרה איז טריפה. ווארום אן דעם קען מען ניט לעבין, ווארום שעיקר החיות תלוי בזה ווארום דאש איז דער עיקר [ה]חיות, און איז מבריח ומחבר פון כל האברים און איז מבריח מן הקצה אל הקצה, און פון דעסט וועגין דארף מען האבין ביידע ושניהם כאחד טובים, און דער פון ווערט אבנין אדם שלם אקומה שלימה, ווארום אחוט השדרה אליין בלא רמ"ח אברים ושס"ה גידים קען מען אויך ניט לעבין. ומזה המשל יובן ג"כ ענין פעולת התפלה. הגם שהיא אינה לא מרמ"ח מ"ע ולא משס"ה ל"ת פון דעסט וועגין דער עיקר מחבר איז תפלה, ווארום אן תפלה אז מען זאל מקיים זיין אלע רמ"ח מ"ע ושס"ה מל"ת וועט ער פון דעסט וועגין זיין אנפרד מאתו ית'. ונפרד איז חשוב כמת כמבואר במשל נפסק חוט השדרה איז טריף, און אזוי ווי בגשמיות איז דער חוט השדרה מחבר פון מוח שבראש דורך ח"י חוליות אזוי איז תפלה מחבר עצמות אלקות זאל קענען אראפ קומען בכאו"א מישראל נאך זיין ערך ומדריגה נאך, ער זאל ח"ו ניט זיין קיין נפרד מיחודו ואחדותו ית', וכמו שמבואר בזוה"ק בפ' וסולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, וסולם דא צלותא למשל וויא אלייטער בגשמיות ברענגט מען ד[ו]רך איר אראפ אזוי אזאך וואס מען קען אליין ניט דאלאנגען, און דאס גליי[כין] ארויף צוא ברענגין מ[ל]מטה למעלה, וואס אן אלייטער וואלט מען בלייבין גאר אונטין בתחתית המדריגה, נמצא דער מחבר דעם אובין מיט דעם אונטין איז דער סולם. וכן הוא בכאו"א מישראל אז מי איז גאר אליי[ן] מלובש אין דברים גשמיים, פון דעסט וועגין מיט זאיין תפלה בריינגט ער ארויף אלע די אראפ גיפאלענ[ע] נצוצות וואס אונטין איז אין קליפה ח"ו און דער לאנגט גאר צו עצמות אלקות, וזהו סולם דא צלותא. והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו, הנה ידוע שהמלאכים נק' שלוחי ההשפעה שהם כוחות וואש טראגין אראפ גילוי אלקות בכל אדם כערכו און דאש רופט מען מלאכים משריין, און עש איז פראנין מלאכים וואס טראגין ארוף כל אהבות ויראות פון ישראל ביז עצמות אלקות א"ס ב"ה. און דאש רופט מען רתיכין כמו שיתבאר בענין התפלה. וזהו והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו בההוא בר נש דהיינו אין איטלעכן אידן דורך זיין תפלה, און דער דאוונען ווערט גירופן אסולם לענין זה כמבואר בכאן. וכדי להבין זה עוד יותר למה חוט השדרה דווקא הוא המחבר, דעריבער ווייל דער מקום משכן הנשמה איז במוח, און הגם די התגלות מכל הפעולות איז ע"י האברים שבגוף דווקא בפרטיות, פון דעסט וועגין דער אופן מכל הפעולות האברים הפרטים איז ניט אנדערש ווי עש ווערט נגמר במוח לפי ערכו נאך זאיין ערך ומדריגה פון דער חכמה, כמאמר והחכמה תחי' את בעלי' וגם ימותו ולא בחכמה אז ולא בחכמה איז ימותו. נמצא אין וואשער ארט עש קען ניט אראפ קומען השפעת החכמה איז דער ארט טוט. און אזוי ווי די שדרה בגשמיות ווערט נמשך מהמוח און זיא איז אמהות וויא דער מוח אזוי איז זיא אויך אכלי אז דורך איר זאל אראפ קומען דער אור הנשמה שבמוח אבער אז עס איז דא איין ארט וואס איז נפסק איז טריף. אזוי איז דער אופן בעבודת ה' עש איז פראנען רמ"ח מ"ע וואס זיי ווערין גירופין רמ"ח אברים דמלכא כביכול וואש דורך איטלעכער מצוה ווערט נגלה אלקות באופן אחר. הגם מצד עצם אלקות איז קיין שום השתנות ניטא ח"ו כמאמר אני ה' לא שניתי. פון דעסט וועגין אין גילוי מוז זיין אנדערש מפני שהוא ית' כל יכול, לכן קען דווקא זאיין דער גילוי אין דער מצוה באופן זה אין דער אנדער מצוה באופן אחר, אז נשמות זאלין משיג זיין אלקות בג"ע העליון והתחתון דורך מצות באופנים שונים א"ס ב"ה איך ומה הוא להתענג [מ]זה בעונג נפלא לאין קץ ושיעור ותכלית ע"ד דאמר[ו] מוטב דלידייני' וליתי לעלמא דאתי. ולמשל אזוי וויא דיא התגלות הנשמה באברים, איז ניט אויף איין אופן מ"מ איז דאס אלץ גילוי הנשמה און דאש איז אלץ דער מענש ביז מי קען דאש גאר ניט אפ טיילין. אדרבא דווקא מיט אלע רמ"ח אברים איז ער ער[ש]ט איין אדם שלם בכל השלימות. אזוי איז אויך כביכול אנת הוא כנשמתא לגופא בגין דאנת הוא מלגאוו ע"ש כל המאמר. און דער כח הביטול פון א"ס ב"ה וואש עש איז מאיר אין איטליכן אידן ומצות שהן רמ"ח אברין דמלכא זה נקרא נשמה כ"ח מ"ה, און דאש איז אין מוח, און עש זאל מאיר זאיין די לעבעדיקייט פון אלקות בכל הפרטים באופן אז מי זאל גאר אנדערש ניט קענען אן זעהען דורך כל הפרטים ואופנים שונים דהיינו סוכה ולולב ציצית ותפילין און אלע מצות שהן רמ"ח אברים דמלכא זאל מען מצד המשכתו אנדערש ניט זעהען וויא אלקות, און דאש זאל קענען זאיין א מכון לשבתו ית' וויא אברי הגוף צו דער נשמה אז זאל קענען אן גיזעהען ווערין דורך רמ"ח מ"ע ווי איין אדם שלם ברמ"ח אברים וכמאמר ועל הכסא דמות כמראה אדם עליו. און דאש איז באמת דער פשט אדם דקדושה אין איטליכן אידן און איטליכער איז אכסא כביכול להשראתו ית' ע"י רמ"ח פקודין. דהיינו די תורה ווערט גירופין דער אור וואש דאש איז חכמתו ית', און די רמ"ח מ"ע ווערט גירופין כלים לאורו ית' וואס דאס איז באמת אין איטליכן אידן דא. די חיות הקודש וואש אין דער כסא איז דאש די הייליגע לעבדיקייט פון אלקות וואש איז מאיר אין איטליכין אידין, און דיא חיות הקודש טראגן די כסא ביז דאש קען אוף גיהובין ווערין צו עצמות א"ס ב"ה, כידוע אז דער שורש המצות איז אין עצמות א"ס ב"ה דווקא. למשל אז אלע אברים לעבין קענען זיי טאן אזאך וואש איז נוגע צום עצם הנפש ממש. נמצא איז אין איין אופן אברים גשמי' העכער ווידער דער חיות וואש בערך דעם אבר. אבער ווען איז דאש, אז ער לעבט. אבער מיט איין טוטין אבר מאכט מען נישט. נמצא איז אין דעם אופן דער חיות וואש ער איז ז[י]ך מתפשט אין די אברים העכער. ושניהם כאחד טובים. ווארום אור בלא כלי איז ניט קיין גילוי וכלי בלא אור לעבט ניט. און דער מחבר [ו]ואש איז מבריח מן הקצה אל הקצה איז דער חוט השדרה. אף שהיא אינה לא מרמ"ח אברים ולא משס"ה גידים כו'. וכן היא עס זאל קענען זאיין כמראה אדם דקדושה כמבואר, איז דער מחבר דער פון תפלה, און די ח"י ברכות פון תפלה נק' ח"י חוליות [שב]שדרה אבער באופן דאש האבין מיר אלץ גירעט אז נפסק חוט השדרה איז טריף. וכ"ז אז מי דאוונט גאר אן איין שום לעבדיקייט וויא נאכטין אזוי היינט און אזוי מארגין, עש איז דערינען ניטא קיין קוו[ע]ל וואש דאש ווערט גירופן שקיא דאילנא כביכול כמאמר אנת הוא דאשקי לאילנא בההוא נביע[ו] כו' דאיהו כנשמתא לגופא ועיין שם כל המאמר. כללו של דבר אז דאש איז ניטא ווערט ער ח"ו גאר אנפרד מאתו ית' וואש דאש ווערט גירופין מיתה או שבירה ח"ו וכמאמר אותי עזבו מקור מים חיים לחצוב להם בארות נשברים אשר לא יכילו המים, למשל בגשמיות אז אכלי ווערט צו בראכין איז זיא שוין ניט ראוי און קיין כלי ניט צו דער זאך וואס פריער. אזוי איז אויך אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים וואש באיי איטליכן אידן איז, נאר אז דורך זיי זאל זאיין גילוי אלקות און זיי זאלין זאיין כלים לאורו ית' עש זאל קענען זיין כמראה אדם דקדושה כמבואר, אבער אז מי זאל ניט מוסיף זיין כח בקדושה ע"י התפלה הגם מי דאוונט דאך אבער דאס איז וויא אדארער חוט השדרה, וואס פון דעסט וועגין קען מען אראפ פאלין עד שאול תחתית און ווערין איין יש ודבר נפרד מאתו ית' וזה נק' כלים מתים ונשברים וואס דאס איז אהיפך פון קדושה, אין דרינען קאן שוין ניט שורה זיין חיים עליונים דקדושה אם לא דורך תשובה באמת, ווייל תשובה איז קדמה לעולם עד שלא ברא את העולם ברא את התשובה, ווייל דער שורש פון תשובה איז בדרך אור חוזר און איז מגיע העכער פון דער מקור פון כל העולמות למלאות כל פגם ועון וחטא וד"ל. אחר כל הנ"ל איז ממילא מובן דיא גיהייבנקייט און דיא פעולה פון דאווענען, און דער היפך וויא אן דעם איז גאר נישט. אבער מי דארף פאר שטיין וויא מאכט מען דאס אין תפלה און וויא אזוי. [ו]כדי להבין זה הנה כתיב וידעת היום והשבות אל לבבך כי הוי' הוא האלקים, וכתיב דע את אלקי אביך ועבדהו הנה איתא בגמרא עבודה זו תפלה. ותי' עבודה משמע ב' פירושים א' עבודה מלשון גילוי, למשל מגלה צו זיין אזאך וואס עס איז פראן אין נאך אזאך בהעלם ארויס צו ברענגען דאס מהעלם אל הגילוי. למשל וויא עבודת הקרקע דהיינו אין דער ערד איז פראנען אכח הצומח שיכול להצמיח ממנ[ה] כל מיני פירות וכל מיני תבואה, [ו]מ"מ אז מי זאל דאס גאר אליין לאזען וואקסן וועט נאר וואקסן אללע ניט נצליכע זאכען וואס עס איז ניט ראוי לאכילת אדם, און כדי עס זאל וואקסן כל מיני תענוגים וואס עס איז פראנען בכח [ה]קרקע בהעלם, מוז מען ארום דעם טוהן ביז עס ווערט נתגלה דער כח וואס אין איר איז בהעלם. אין דאס איז עבודה מלשון גילוי. אבער דיא זאך בלייבט וויא גיווען, דיא קרקע איז קרקע וויא גיוועזין. אבער עס איז פראן עוד אופן עבודה מלשון עורות עבודים, למשל דיא זאך אליין ווערט אנדערש, וכן הוא בכאו"א מישראל, הגם ער איז מלובש אין א יש גשמי אין אגוף ונפש הבהמית, מ"מ איז אין אים פראנען אכח בטל צו ווערין צו אלקות וואס דורך דעם קען נתוסף ווערין תענוג בו ית' ביז ער קאן נכלל ווערין אין אדם דקדושה, דהיינו אזוי וויא אכילה [ב]גשמי' ווערט נתאחד מיט זיין עצם החיות באופן אז מי קען גאר ניט אפטיילען, אזוי דארף זיין דער ביטול והתכללות אין אדם דקדושה אז מי זאל ניט נחשב ווערין לאיזה מהות וכמבואר בגמ' ישראל מפרנסין לאביהם שבשמים דאס רופט מען דיא צמיחה וואס איז ראוי לאכילת אדם דקדושה, ונק' ג"כ להוציא לחם מן הארץ, אבער מי מוז דערינען האבן יגיעה ועבודה וזולת זה וואקסט דאס איין יש וואס דאס איז אהיפוך מאכילת אדם דקדושה, בכן צריך לזה עבודה שהוא מלשון גילוי מגלה צו זיין וואס עס איז אין יש בהעלם און מברר צו זיין דעם יש, וזה נק' ל"ט מלאכות וויא צו אנטלויפין פון פאריגען יש. אבער אז דער יש אליין זאל נהפך ווערין ווארום מצד אלקות איז באמת ניט דא קיין אנדער זאך, וזהו עבודה מלשון עורות עבודים. וכ"ז הוא דרך כלל אבל בכדי להבין בדרך פרט באר היטב צל"ה בהקדם תכלית המכוון מבריאת כל העולמות מאתו ית', וגם וויא קענען גאר ווערין עולמות אז באמת איז ער כביכול פשוט בתכלית הפשיטות וואס ער איז ניט בערך עולמות, למשל משכל גדול קען נתצמצם ווערין א שכל קטן שבקטנים ווארום דאס איז אלץ איין מהות נאר דאס איז גרויס און דאס איז קליין לכן קאן דאס נתצמצם ווערין, אבער למשל פון אטיפין שכל זאל קענען ווערין אדומם דאס קאן ניט זיין אפי' דורך כמה מיני רבבות צמצומים לאין קץ ותכלית, ווען דאס איז גאר ניט דער ערך, ניט בגדר גבול, א"כ וויא זאל ווערין אגבול וואס דאס איז גאר ניט דער מהות. דער תירוץ איז ער איז כביכול כל יכול, און איז א שלם בכל השלימות און אין שלימות איז ניט[א] קיין חסרון דהיינו אז פון איהם זאל מער ניט זיין אז גילוי א"ס אליין בלי גבול, איז דאס ניט שלימות, ווארום דער פירוש פון שלימות ער טראגט כל ההפכים בנושא אחד, דהיינו אקוראט וויא זיין כח איז בגבול איז זיין כח בלי גבול, און איבער גירעט אקוראט וויא זיין כח איז אין בלי גבול אזוי זיין כח בגבול בלי שום שינוי, און עס קען פון אים ווערין בע"ג גאר אן אשיעור וערך פון דעסט וועגין איז ער דער אייגענער אין גבול וויא בלי גבול כמאמר אני הוי' לא שניתי ואתה הוא עד שלא נברא העולם ואתה הוא משנבה"ע, גאר דער אייגענער אן שום השתנות וויא פאר בריאת העולם און אזוי וויא דאס אזי באמת איז דאס ניט בכח הנברא משיג צו זיין דאס, נאר מיר ישראל האבין דאס [ב]ירושה מאבותינו פון אונזערע אבות האבין מיר דעם כח מאמין צו זיין זייער שטארק אקוראט וויא מיר זעהען דאס מיט דיא אויגין און עס איז ניט אנדערש וכמ"ש בעינ' דבלבאי אתחזי כולא, א איד קען אין הארצין דער הערין וויא ער איז אין עוד מלבדו וויא קודם הבריאה כן עתה כו' וד"ל, נאר דיא ממוצעים דער פון איז ע"י חכמתו ותבונתו ודעתו ית', והגם עס איז גיוועזין כמה מיני צמצומי' עד אין מספר עד שיתהוה ממנו בחי' חכמה ווארום אקוראט וויא ער איז רחוק און ניט בערך פון אגבול גשמי אזוי איז ער רחוק און ניט בערך פון חכמה אז מי זאל קענען זאגען לגבי ית' בחי' חכמה, נאר דאס קען מען זאגין אז אין זיין שלימות איז כלול חכמה אויך, און דורך חכמה איז נתהווה גיווארין עולמות בע"ג כמאמר כולם בחכמה עשית מלאה הארץ קניניך, ווארום חכ' איז נתהווה גיווארין דער ערשטער גילוי פון אין סוף ב"ה כידוע און אין חכמה שטיין אללע עולמות בדרך כלל בתכלית הביטול מפני שהחכ' הוא בחי' כח מ"ה, דהיינו דער גילוי כח מ"ה הביטול פון א"ס ב"ה, ווארום מצד עצם א"ס ב"ה ווי ער איז פאלט גאר ניט דער לשון ביטול, ווארום וואס איז בטל ער איז אלץ אליין, אפי' אין חכ' קען מען אויך ניט זאגין שיש שם ח"ו איזה מהות און דער מהות איז בטל לאח"כ, אלא דאס איז באופן וויא אין אנפש איז כלול כל הכחות מה שנראה בהגוף בגילוי, און אויך מוז דאך זיין אז דאס איז אזוי, וויא דען כל הגילוים מכל הכחות וואס מי זעט אן איז דאס מצד הגוף, אחר אז דער גוף מצד זיך איז ער גאר א דומם, מוז איך זאגן אז אללע כחות איז פון נפש, אעפ"כ נאך איך וועלן זעהן אין נפש איזה כח פרטי וואס מי זעט אן אין גוף דהיינו כח הראי' ושאר כחות וועט מען בוודאי גאר ניט געפינען. וכן הוא למעלה כתי' כולם בחכ' עשית מוכרח להיות שבחכ' איז כלול אללע עולמות דהיינו מלאכים ונשמות ג"ע העליון וג"ע התחתון ביז עוה"ז השפל עד שילשול קטן שבים, אי אפשר לומר אז אין חכ' איז דא ח"ו איזה מהות בפו"מ אפילו מעולמות עליונים, און פון דעסט וועגין מוז מען זאגין אז אין חכ' איז אלץ פראנען. מטעם אז דאס איז אמצעית מאתו ית' והוא ית' שלם בכל מיני שלימות. אך מצד דעם גילוי א"ס וואס איז אין חכ' איז נישט ניכר שוע לפני דל קטן וגדול שם הוא ועבד חפשי מאדוניו. הגם שאחר ההשתלשלות איז דאך נבדל מדריגה ממדריגה. אבל בחכ' עצמה מצד גילוי א"ס איז אלץ בטל. מוז דאך זיין וואס עס איז בטל לכן איז דיא התגלות דערפון אין בינה. ווארום בינה ווערט גערופין אימא עילאה איז דיא הצטיירות פון כל הפרטים אין בינה. אזוי וויא איין וולד ווערט נצטייר בבטן האם. הגם דער עיקר וולד איז מהאב. אבער במוח האב איז דאס קיין מהות ניט בפ"ע. אזוי איז אויך אויבין כביכול אז אין חכ' איז ניט ניכר קיין מהות און דיא התגלות איז אין בינה. מ"מ הגם דיא הצטיירות איז אין בינה וואס דאס איז שוין דער גילוי אעפ"כ ע"ז מבואר בזוה"ק או"א תרין ריעין דלא מתפרשין דהיינו דער יש מיט דעם אין איז אלץ איין אופן און איז נבדל ח"ו צו זיין אמהות בפ"ע, און דער מחבר דערפון איז דעת כמאמר ובדעת חדרים ימלאו ווייל דער שורש הדעת איז אין עצמות א"ס ב"ה. א[ון] מצד עצם איז ער דאך אשלם בכל מיני שלימות. און דער עיקר רצון איז אז עס זאל נתגלה ווערין שלימותו ית' בפו"מ מפני שנתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים ואין מלך בלא עם. לכן מוז נתצמצם ווערין אין התגלות מדותיו ית' שהם הו' קצוות לך הוי' הגדולה והגבורה כו' עד יסוד כי כל בשמים ובארץ, דהיינו ע"י צמצוצים קען שוין אראפ קומען בגילוי אין מלכות כו' מחי' ומהווה צו זיין עולמות בע"ג, אשר לכן נק' יסוד כל דהיינו דאחיד בשמיא ובארעא באופן אז שמים איז אבחי' משפיע וארץ איז אבחי' מקבל איז גאר ניט אפ גיטיילט, ווארום שורש היסוד איז אויך בעצמותו ית' און מצד עצמותו ית' איז קיין דבר נבדל ונפרד ח"ו. לכן קען ווערין גילוי בע"ג וויא מיר זעהן דאס לנפרדים ווייל מצד עצם איז באמת אין דבר חוץ ממנו כמבואר בזוה"ק לית מאן דנפיק ממציאותו לבר דהיינו אלץ וואס מי זעהט אן איז אויף אים ניט מוסיף קיין ריבוי ושינוי ח"ו כי אני הוי' לא שניתי. הגם דער צמצום וואס מיר זעהען אן ווערט גירופן אלקים אבל באמת הוא האלקים בלי שום שינוי כמ"ש בשמים ממעל ועל הארץ מתחת ובמים מתחת לארץ איז אלץ אין עוד מלבדו ממילא דאס איז מצד עצם אלקות איז באמת אחר הבריאה קיין שום שינוי וויא קודם הבריאה. אבער מיר זעהען דאך פארט אן פאר א דבר נפרד. און דער כח וואס דרינען איז דהיינו וואס עס איז מחי' ומהוה באופן אז דאס זאל דוקא אן גיזעהין ווערין בבחי' נפרד נק' בשם שכינה לשון רוען, דער כח אלקי וואס רוט אין יש מחיה צו זיין באופן דאס זאל זיין אנפרד לכן דארף מען גוט פאר שטיין אז באמת איז קיין נפרד ניט דא. און ער מחיה באופן אז מי זעהט וויא אדבר נפרד ויש. איז דאס אזוי א ירידה שאין כמוהו מוז דערינען אטיפער מכוון זיין ווארום עס איז ניט דער סדר פון אמלך גדול ונורא אז ער זאל עוסק זיין אין דברים פשוטים און ער איז עוסק תמיד מהוי' צו זיין עולמות און איז מחדש מעשה בראשית מאין ליש בכל יום ויום. און ער רעט דאך דאס כמאמר בדבר ד' שמים נעשו וברוח פיו כל צבאם מחי' צו זיין אפי' קליפות וסט"א. דאס הייסט איטליכען אין זיינע נארישקייט ודב"ט והוללות וליצנות. נמצא מוז דערינען זיין אטיפער מכוון ווערט דאס גערופען גלות השכינה. און דיא מקובלים האבין דאס מכנה גיוועזין בשם רחל, כרחל לפני גוזזי' נאלמה. ולהבין זה איז דהיינו בשעת בנין הבית בימי דוד ושלמה האבין אללע אומות מס גיגעבין וויילע זייער חיות האבין זייא דער עיקר מקבל גיוועזין מהקדושה און אלקות האט מאיר גיוועזין בכל הפרטים דעריבער זענין זייא בטל גיוועזין, אזוי איז אויך אין איטליכען אידין וואס רופט מען אכילה ושתיה ומו"מ דאס רופט מען אוה"ע בחי' גוי און דערינען איז מאיר ביטול פון אלקות. און דער מס איז וואס פון איטליכע זאך קומט ארויס איתרון צו אלקות כיתרון האור מתוך החושך. נאך בעסער צו פארשטיין אז אללע עולמות מיט אללע פרטים זענען בערך וויא שערות לגבי עצם החיות, היינט כל זמן אז מי איז בטל צום כח המחי' איז דאס באופן וויא שערות וואס זענין דבוק צום עצם השורש. און פון איטליכער זאך קאן זיין איתרון. אבער אז מי פארגעסט דערויף איז דאס בעוה"ר גלות וחורבן איז דער כח המחי' וויא אשעפש בעת שערין דהיינו דער כח המחי' שוייגט מי זעט ניט אן דעם מחי' ומהוה, און מי לעבט פארט, און מי איז זיך עוסק פאר זיך צו זיין אנפרד. און אחר כל איז באמת אלץ המשכתו ית' רופט מען דאס מי איז אפ גיטרעטין פון שורש. און מ"מ לעבט מען. איז דאס וויא אשעפש מי שערט, ובעת שערין שווייגט זיא. און עס וואקסט אזוי איז כביכול דער כח ער איז מחי' בע[ת] אז ער איז אנפרד און מי הערט דאס גאר ניט. ווארום ער קען מחי' זיין בהסתר זאל גאר זיין פאר שוויגען דער כח האלקי. רופט en. מען דאס כרחל לפני גוזזי' נאלמה. און דער תכלית המכוון איז דווקא דערפון זאל ווערין גילוי עצמות א"ס ווארום עס איז לאו אורחא דמלכא לאשתעי במלין דהדיוטין וכמבואר. וכל פעל ד' למענהו וגם רשע ליום רעה דערפון ווערט ערסט נגלה אין עוד מלבדו דווקא, דורכן עוה"ז והחושך והסתר ווערט נגלה וויא פאר אים איז אויבין אין עוד מלבדו וכחשיכה כאורה וכמבואר בזוה"ק לית טבא אלא מגו בישא ולית נהורא אלא מגו חשוכ[א] אלמלא חושך לא אשתמודעי וד"ל. וכידוע [ש]במקום שבע"ת עומדים אין צ"ג יכולים לעמוד שם וכן שע"י גלות יתגלה לימוהמ"ש מה שלא הי' כן אפי' בזמן בהמ"ק. אך דאס איז נאר בכאו"א מישראל בבחי' העלם. אבער דער עיקר גילוי ארויס צו ברענגען לידי גילוי. היינט וויא זאל דאס זיין עס זאל ווערין גילוי אלקות מוז דאך ווערין הי' כלא הי', ווארום דער עיקר גילוי אליין איז נאר מצד הסתרות פון אלקות, און עס זאל ניט זיין גילוי איז דאך דאס כלים נשברים וויא אויבין איז מבואר, ואין אני והוא יכולים לדור, איז דאך אהיפוך פון דירה בתחתונים וואס דאס איז דער עיקר מכוון מאורו ית' כי אין מלך בלא עם. איז דער תירוץ ד[ו]רך א אידען קאן אלץ זיין ווארום דער שורש פון א אידן איז אין עצמות א"ס ב"ה, ווארום דיא ישראל זענען דער גילוי כח הביטול פון עצמות א"ס ב"ה אפי' מצד היש ווארום כביכול ער איז אש אוכלה דאכיל ושצי כל מה דאתדבק תחותי' כו'. אבער אויף אידין שטייט גישריבען ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים דווקא, דער עיקר חיות פון ישראל איז אתדבקות, און אזוי וויא מצד עצם אלקות איז ער א"ס פשוט בתכלית הפשיטות און קען זיך מתלבש זיין אין עלמין אזוי קענען ישראל זיין אין אגוף גשמי און קענען האבין באמת מס"נ וביטול צו אלקות בתכלית מנפש ועד בשר. ווארום זייא זענין אחלק אלקי ממעל דריבער איז אין זייא שני הפכים בנושא אחד כו' וד"ל. ומעתה אתחיל לבאר איך שעיקר התיקון הוא ע"י התפלה. הנה אזוי וויא אין השתלשלות העולמות מלמעלה למטה איז מקורא דכולא א"ס ב"ה בעצמו דהיינו דער ערשטער אריין לייג דארף זיין מיט דעת דקטנות אין א"ס אליין, וויא עס איז באמת ניט דא קיין אנדער זאך ח"ו ווי גאט אליין, בכן איז ניט דא גאר קיין זאך וואס צו וועלין חוץ ממנו אחרי שמלבדו הוא און עס איז ניט דא ווער זאל וועלין. נאר דאס מוז זיין מיט אדעת ממש מיט אדערהער אהרגשה צו דערהערין און צו גיקלעפט זיין דער צו אז דאס איז ניט אנדערש. למשל וויא דא איינער איז צו גיבונדין מי מוז האנדלין אין מו"מ ווארים דאס איז דער לעבין, הגם מי ווייס ניט דעם סוף דערפון אויב עס וועט אזוי זיין וויא איך וויל, נישט מער אז וועלין אליין העלפט דא ניט נאר מי מוז עוסק זיין איך שיהי', וזה נק' דעת דער ערשטער דעת און דאס איז קטנות ווארום דאס איז נאך אן אפאר שטאנד מ"מ איז דער שורש דערפון זייער הויך. כנראה בחוש פון וואנען ווערט גדלות המוחין אויב ניט מקודם זאל ווערין קטנות, כמבואר בגמ' בוצין בוצין מקטפי' ידיעה, און דאס איז אין כלל און אזוי איז אין איטליכער זאך בפרט, ווארום אז ניט אזוי וואלט קיין זאך ניט נגמר ווערין בעולם. אזוי דארף זיין דער אן הייב פון עבודה בכל יום ויום צו קלעפין זיך צוא עצמות א"ס ב"ה כמבואר. און עס דארף גאר ניט אר[ע]ן וואס פון מיר וועט זיין, ווארים באמת לא עליך המלאכה לגמור, ווארום מי זאל עפיס וועלין ה"ז נק' המעיין בתפלה כו' וד"ל. ונק' ג"כ התובעת בפה יוצאות שלא בכתובה כו' וכמבואר בע"ח. לכן איז דער אן הייב פון תפלה פון א"ס אליין וויא ער איז קודם הבריאה אזוי וויא מיר זאגין אללע טאג אדון עולם אשר מלך בטרם כל, און דער סוף איז וויא עס איז ניט דא און עס וועט ניט זיין קיין אנדער זאך ח"ו. וויא דען והי' הוי' למלך על כל en.הארץ ביום ההוא יהי' הוי' אחד ושמו אחד וד"ל. און אז מי איז באמת צו גיקלעפט, איז ערשט אסברה נאך דעם מכוון צו זיין. איך ומה. למשל וויא זאל זיין דער מו"מ מיט וואסערי סברות ואופנים, אזוי דארף זיין דער אריין לייג וויא זאל נמשך ווערין אלקו' אין פרטים און צו פאר שטיין וויא אללע פרטים איז ער אלץ אליין כביכול און איז ניט מוסיף ח"ו ריבוי ושינוי אויף אים. נאר דער אופן דעת דקטנות איז אלץ ביז ברוך שאמר דאס איז דער אריין רייד זיך מאמת צו זיין בכלל אז עס איז ניט אנדערש, דהיינו אזוי וויא מיר זאגין אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים כו' דהיינו וואס איז אונזער חלק איז א"ס אליין. למשל וויא איינער איז זיך מתפאר דאס איז מיין פאטער בדרך כלל. הגם אין פרטיות פארשטייט ער ניט דעם מהות פון פאטער און איז ניט מקבל קיין שום טובה בגילוי, נאר דיא שמחה איז אז ער איז מיינער אזוי וויא מיר זאגין אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו כו' שאנו משכימים ומעריבים ואו' שמעכו'. ומטעם זה ווערט דאס גירופן ק"ש קטנה ווייל דאס איז נאהר בדרך כלל און דאס איז קטנות. לכן דארף מען אזוי פיהל מאמת זיין וויא מיר זאגין ווייטער אתה הוא עד שלא נברא העולם ואתה הוא משנברא העו' בלי שום שינוי, און דאס ווערט שוין שטארק נתאמת ווערין אז דאס איז אזוי דענסטמאל איז ער[ש]ט אסברה נאך דעם זיך מתבונן צו זיין אין פרטיות התפשטות גדולתו ית'. און דער ער[ש]טער אופן איז נאר למשל וויא רעגין גייט על הארץ וואס מאכט נאר ווייך דיא קרקע מזאל קענען אקערין אזוי איז אויך פון דעם קבלת עומ"ש בכלל בבחי' הקטנות נעמט דורך דעם מהות היש אז ער זאל קענען בטל ווערין אין ק"ש גדולה בבחי' הגדלות. נאך דעם איז פסוד"ז דאס איז שוין די התבוננות און פרטיות התפשטות גדולתו ית' באופן וויא מיט אללע פרטים איז אלץ לבדו ית'. איי וויא קאן דאס זיין אז זאל קענען זיין עולמות עד אין קץ ותכלית ושיעור וכמ"ש ועלמות אין מספר און עס זאל פארט זיין לבדו ית' לכן איז דאס יקרא דמלכא. וזה נק' בזוה"ק פוקו לאסתכלא ביקרא דמלכא דאס איז דער עיקר נאר אריין צו לייגען זיך בגדולתו ית'. למשל וויא אמוכה שחין גייט זעהן אמלך גדול ונורא, איז ער זייער ווייט אז ער זאל גאר מיינען ער וועט נתאחד ווערן מיט דעם עצם המלך, ווארים מצד זיין פחיתות הערך קען דאס גאר ניט זיין ממילא האט ער דרינען קיין פני' ניט פון זיך, ממילא איז זיין גיין זעהן נאר מי דארף גיין זעהן דעם מלך אליין, און איז ממילא בטל ביז ער פארלירט זיך זיין מהות מכל וכל און פאר ג[ע]סט אויף זיך לגמרי, און דאס איז באמת למחזי ביקרא דמלכא, ממילא וואס ער זעהט מער דעם כבוד המלך ווערט זיין מהות מער צורירט, דהיינו דורך פרטיות התבוננות אין פסוד"ז וויא עס ווערט גירעט הללו את ה' מן השמים הללוהו במרומים וכו', נאך דעם איז ויברך דוד ווערט ווידער איבער גירע[ט] ווי אזוי פיהל עולמות ריבוי רבבות מדריגות לאין קץ ושיעור מלאכים וצבא השמים ונשמות פון דעסט וועגין איז אתה ה' לבדך, ממילא ווערט דורך דעם צו רירט דער מהות און מאכט שלאף דעם יש וויא קרקע בגשמיות ווערט צו רירט פון ארט דורך אקערין וואס דורך דעם איז זיא שוין ראוי לקבל הזריע', דאס הייסט דיא אריכו' התבוננות פון פסוד"ז ויוצר אור וואס עס ווערט דערמאנט שרפים ואופנים וחיות הקודש אזוי פיל עולמות ריבוי רבבות לאין קץ ושיעור ווערין בטל ונכלל צו אלקים חיים מיט גרויס ברען אין מיט גרויס התפעלות, וואס דורך דעם ווערט ארויף גיטראגין דיא כסא כמבואר בכאן אז עס ווערט ממילא ארויף גיטראגין ווייל דער עומק התבוננות איז אחוץ זיך אן שום פני' וד"ל. אך וואש דען דאס איז נאר דער פארשטאנד פון יחו"ע כו' וויא אללע עולמות השתלשלות וצמצוצים זיינען מיוחד מצד אויבין ביז עס ווערט ממילא נתאמת דער יחוד, נאך דעם איז ער[ש]ט אסברה צו זאגין שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד קען מען דאס רופן עס איז אזוי. ולהבין זה הנה שמע לשון הבנה וגם לשון אסיפה כמ"ש וישמע שאול את העם, מילא אסיפה איז רעכט דורך אזוי פיל התבוננות פסוד"ז ויברך דוד ויוצר אור ווערט איין גיקליבען אלע פרטים פון נפש בטל צו ווערן צו יחודו ואחדותו ית' מצד יחו"ע מצד אז ער פאר שטייט אז מצד אלקות איז אזוי, מעתה מהו שמע לשון הבנה, כידוע אז הוי' אלקינו איז יחוד או"א דאס איז חו"ב נשאר די קשי' ביז אהער ביז קריאת שמע איז דאך התבוננות אין אלקות וכמבואר באריכות וויא קען זיין התבוננות אין חו"ב. ולהבין זה איז דרך משל ווי איינער לייגט זיך אריין צו פארשטיין אפשט און וויל דער פון ארויס נעמען אדין דורך די אריכות וואס ווערט גירעט בגמרא ביז עס ליייגט זיך גאנץ גוט בייא אים די עמקות דאס הייסט דער דין איז ארויס גיקומען וויא ער איז באמת ע"י האריכות בגמ', האט דאך דאס גימוזט זיין דורך יחוד חו"ב, מ"מ וואס טוט ער נאך דעם אז עס קומט צו נויף אללע חלקים פון פאר שטאנד צו איין ארט למשל פון אללע דיא אריכות, איז מיט אמאהל ליכטיג דיא זאך, און דאס קומט פון קאנטעטקייט וויא דאס האט אים דער ליכטיג, ממילא איז מובן אז דער יחוד חו"ב ווערט גירופין איחוד פנימי נאך דעם ערשטין יחוד. לכן נאך דעם ערשטין יחוד פון פסוד"ז יוצר אור דארף זיין אין קריאת שמע ווידער איחוד ונק' יחוד או"א יחוד פנימי, וזהו שמע לשון הבנה און דער יחוד ווערט גירופין אור זרוע לצדיק דהיינו אז עס ווערט נתאמת וויא מצד אלקות איז אללע פרטות התחלקות מיוחד מצד אויבין. אבער דער עיקר מכוון איז אז דיא פרטים אליין וויא זייא זענין זאל אין זייא אויך מאיר זיין יחודו ואחדותו ית' און אין פרט אז אין א אידען זאל ד[ו]רך נעמין וויא ער איז אונטין אין אגוף. אויך בדרך כלל איז דאס יחודו ית' בג' עולמות בי"ע, וואס דער גילוי כבוד מלכותו ית' איז דווקא אונטין און דאס איז דער פי' ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד אז עס זאל נמשך ונתגלה ווערין אין עולמות אונטין זיין מלוכה און אין איטליכן כערכו וזה נק' יחו"ת, יחו"ת איז מקבל פון יחו"ע גאר פשוט, אז עס ווערט ניט נתאמת וויא אויבין איז קיין נפרד און וויא עס איז אלץ מיוחד בתכלית היחוד, קען מען אונטין ניט מיוחד ווערין, וכמבואר בזוה"ק ועד הוא תוקפו דאחד דיא שטארקייט פון אחד דהיינו עס איז שטארק עס לייגט זיך גאנץ קלאר קען דאס דורך נעמין ביז עס זאל אונטין מיוחד ווערין בפ"מ וזהו יחו"ת. ובזה האופן רופט מען דאס אריין גישיינט אחד אין איטליכין אידין איז דאס למשל וויא עס קומט צו נויף דער כח הצומח וואס אין גרעין מיט דעם כח הצומח וואס אין קרקע וד"ל. און פון דעסט וועגין דארף מען פארשטיין אז דאס איז ניט גלייך צו יחו"ע עס איז ניט מער כגוונא דאינון מתיחדין לעילא וד"ל. למשל עס איז ניט גלייך וויא אללע פעולות פון גוף זיינען מיוחד אין נפש בתכלית היחוד, צו דיא התגלות הנפש אין גוף וויא דער גילוי היחוד איז דורך כלי הגוף אז דער גילוי היחוד איז דורך אונטערשטי כלים און כלים מצד עצם איז דאך אהסתר, בכן דארף דערפון ער[ש]ט ווערין ואהבת את ד' אלקיך ווידער מלמטה למעלה אז הוי' זאל וויא ער איז בלי שום שינוי, און דאס ווערט גירופין דיא צמיחה, כמו בארץ הגשמי' כשזורעין בה כמבואר בכאן און עס דארף מצמיח והולך זיין אזוי וויא מיר זאגין בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך דאס הייסט איבער אמאס, למעלה מעלה מגדר השגה והבנה אלא בבחי' ועמך לא חפצתי בארץ מצד עצם אלקות וויא ער איז כביכול ניט בערך התלבשות ניט צו וועלין עוה"ב און ניט געה"ע ותחתון און ניט קיין זאך, ניט שמים דאס רופט מען דער חיות פון סובב וואס קען ניט אריין שיינען אין קיין עולם היותר עליון נאר דאס איז מהוה בדרך מקיף וסובב ניט פנימי בדרך או"כ, און ארץ רופט מען דער חיות וואס קאן אריין שיינען בפנימיות אין איטליכען עולם לפ"ע, זאל מען גאר נישט וועלין נאר נכלל ובטל צו ווערין אין מאור העליון אין מהו"ע ית' כמבואר במ"א. כ"ז איז אלץ דיא עליה מלמטה למעלה ביז זאל ווערין גילוי נקודת הלב בבחי' בכל מאודך, און דאס ווערט גירופין עבודה מלשון גילוי, און דאס ווערט גערופון קבלה ער וויל אויף זיך מקבל זיין מצות המלך באמת מיט מס"נ, לכן כתיב והיו הדברים האלה אשר אנכי מצוך היום על לבבך, ובפ' שני' איז אויס גירעט קבלת עול מצות, כמ"ש ואספת דגנך. ומארז"ל ע"ז הנהג בהם מנהג ד"א, היינו, עס זאל גאר קיין שינוי ניט זיין אין גילוי וויא עס איז אני הוי' לא שניתי באמת אפי' מצד הכלים, וואס דאס איז דאך באמת דער תכלית המכוון מהבריאה אז עס זאל קענען זיין דירה בתחתונים כמבואר במ"א לא לתהו בראה לשבת יצרה. לכן ארז"ל אם רץ לבך שוב לאחד. אז דער ווילען צו אלקות איז מצד עצם למעלה מטעם ודעת בבחי' בכל מאודך איז דער וואס וויל מען ארויס גיין מגדר כלי[ם] ווארום מי זוכט דאך אלקות איז העכער אז כלים, ניט מער דיא קשי' איז וואס איז אונטין דיא כלים פרטים והסתרות איז דאך אויך אלקות. מאמיתית אמיתתו נמצא כל הנבראים פרטים. וידוע אז דער שורש כלים איז פון יש אמיתי העכער ווי דער חיות הנגלה כי הוא חי ולא בחיים. אלע כלים פרטים איז נישט מוסיף קיין ריבוי ושינוי כמאמר אני הוי' לא שניתי ואתה הוא עד שלא נברא העולם ואתה הוא משנברא העולם איז כביכול אליין בפו"מ, נאר ער איז כביכול כל יכול ושלם בכל מיני שלימות מסתיר צו זיין באופן אז עס ווערט אן גיזעהן פאר א נפרד ויש, און מי זעהט אן שמים וארץ און כל הפרטים פאר א נפרד ודבר זולתו מאתו ית' ווען דיא הסתרה גופא איז אלקות בכדי להיטיב לברואים, ווארום אז עס וואלט וויא עס איז באמת מצד אלקות וואלט דאס זיין נהמא דכסופא און וואלט זיך ניט שיקין קיין שכר ועונש. לכן ווייל עס ווערט אן גיזעהן פאר א יש ונפרד און אין אמת איז דאס אפאר שטעל קען ח"ו בלייבן אונטין אין פאר שטעל, ווארום מכוון פון פאר שטעל איז עס זאל קענען זיין בחירה, בכן קען מען בלייבין אין הסתר פנים, רופט מען דאס גלות השכינה ביז עס ווערט גלו לאדום שכינה עמהם און ביז עס ווערט כרחל לפני גוזזי' נאלמה כמבואר לעיל, ביז מי זעהט ניט אן ווי ער איז מחי' און מהוה ביז מי איז גורם גלו לאדום שכינה עמהם כלומר בעושה מעשה אדום שכינה עמהם כמבואר במ"א. נמצא איז מען מעוברי רצונו ח"ו ווארום דער מכוון פון פאר שטעל איז באמת ניט דש. לכן דער ווייל עס קען אונטין אהסתר פנים, מצד ישראל עם קרובו פאלט דער לשון עבודה, ווייל דער שורש פון אידין איז בעצמותו כביכול לכן קענען זייא ארויס גיין פון הסתר, לכן מוז זיין מתחילה דער ארויס גיין מלמטה למעלה בזה האופן וויא דאס איז אויבין גירעד גיווארין מבטל צו זיין דעם הסתר בהדרגה בעילוי אחר עילוי ביז בחי' בכל מאודך. אבל באמת מצד עצם אלקות איז דאך דער יש אליין וויא ער איז ער קען קיין אנדער זאך ניט וויא מצד עצם אלקות כי ממך הכל הוא, און דער עיקר מכוון איז מצד היש והסתירה וויא ער איז, זאל זיין אין עוד מלבדו, ווארום באמת איז דאך אזוי לכן נאך דער עליה קען שוין זיין דיא המשכה [ב]בחי' שוב לאחד כנ"ל. והנה אח"ז איז אמת ויציב מאמת צו זיין דיא זאך אז עס איז אזוי אין אללע ט"ו ווי"ן איז אלץ מאמת צו זיין דאס ווערט גירופין ט"ו יסודות, דאס איז דיא התקשרות יסוד דאבא מצד דעת עליון דדכורא ווארום אין נוקבא איז מער נישט אז אחצי דעת באופן אמקבל צו זיין אלקות ארויס צו גיין פון זיך בטל צו ווערין, אבער דעת דדכורא איז דוקא משפיע צו זיין אונטין אין כלים פרטים גילוי א"ס ב"ה און דער עיקר המשכה דערפון איז שמו"ע. און דיא ערשטי ג' ברכות ווערין גירופין מוחין. הגם אין ק"ש איז דאך שוין מוחין, דאס איז מוחין בטל צו ווערין צו אלקות די ג' ברכות פון שמ"ע איז מוחין ממשיך צו זיין אלקות אין יש דווקא און מגלה צו זיין ווי דאס איז אלץ ער כביכול. לכן איז אין שמו"ע ווידער מוחין און דאס איז דיא ערשטי ג' ברכות ווערט ערשט נגלה במוח דער אופן פון אין עוד אין כלים דוקא. און דאס איז אתה הוי' עס זאל נמשך ווערין וויא עס איז הוי' כביכול אין וויא ער איז בלי שום שינוי וד"ל. און דיא י"ב ברכות אמצעים ווערין גירופין מדות דהיינו ווערט נגמר אין מוח אז דאס איז אזוי, קען ערשט נאך דעם די אייגעני זאך נתגלה ווערין אין מדות עס זאל דורך נעמין אללע מדות עס זאל נמשך ווערין בכל הפרטים גילוי אין עוד מלבדו, דהיינו עס זאל נמשך ווערין אין חונן הדעת און אין רופא חולים גילוי אין עוד מלבדו. און באמת איז דער שורש פון דיא ברכות ש"ע הגם זייא זענין אין גשמיות זיינען זייא מרמז בכל העולמות העליונים כמאמר רז"ל מניין שהקב"ה מתפלל, נישמער אפי' בגשמיות זאל מאיר זיין דער יש אמיתי וד"ל. און דיא ג' ברכות אחרונ[ות] איז נה"י דהיינו עס איז נגמר גיווארין אין מוחין ומדות כנ"ל ווערט שוין נמשך אין נה"י און איז מ[ח]מת דיא שטארקייט פון מוחין. למשל אקטן קאן ניט גיין ברגליו ביז עס ווערט נגמר זייני מוחין ומדות בייא זיך און קענין ניט אויס פירין דעם מכוון, כמו"כ הוא ווערין גירופין רגלים און זייא זענין דער חיזוק המוחין ומדות און זייא הייבין אויף און שטעלין דעם גוף עם הראש אין דער הייך, משא"כ זולת אנדערי כוחות ומדות, לכן כתיב עטרת זקנים ב"ב כי המוחין נק' זקנים והמדות המה הבנים ונה"י המה ב"ב, און אזויא וויא רגלים בגשמיות טראגין אריבער הראש עם הלב ממקום למקום מה שב[לע]דם לא הי' כן. וכן הוא ממש דאס איז קיין חידוש ניט אז דער ביטול איז מצד התקשרות המלך בעמדו לפניו און דיא מוחין ומדות זיינען פארנומען דרינן כמאמר ז"ל ג"ר כעבד המקבל פרס מאת המלך וג' אחרונות כעבד הנפטר מהמלך אבל דער עיקר מכוון איז שיהי' לו ית' דירה בתחתונים. למשל דער עיקר גילוי המלוכה איז אין ווייטע מד[ינ]ות זאל זיך מתפשט זיין אימת ופחד המלך אדנותו וממשלתו, דאס איז מע זאל אריבר טראגין דעם אייגינעם ביטול וויא ער איז בעמדו לפני המלך למקומות הרחוקים, און אזויא וויא בגשמיות רגלים זיינען מעמיד דעם גוף און טראגין אים ממקום למקום אזוי איז אויך בחי' נה"י דער רעכטר חיזוק המוחין ומדות. און דער שורש דערפון איז מחמת דיא פארטיגע מוחין, מלמעלה מהמוחין, דהיינו ווייל ער נעמט זיך אריין דעם עצם רצון המלך וואס דאס איז העכער ווידער זיין השגה, דאס ווערט אן גירופין להוסיף אורות באצילות מוסיף זיין כח כביכול במוחין ומדות, וגם נק' אכילת אדם וישראל מפרנסין לאביהם שבשמים, למשל באימת מלך ווערין דערמיט שטארקער זיינע מוחין ומדות וואס איז שייך צו דער מלוכה, ער זאל זיך אראפ לאזין פון זיין עצם מהות מעיין צו זיין בפרטי פרטיות עניני מלוכה, און ממילא ווערט נתחדש און אלע פרטים און עס ווערט ניט אן גיזעהן קיין פאר אדבר נפרד ח"ו מאתו ית', און דאס ווערט דורך ח"י ברכות דצלותא, וכמבואר במשל מחוט השדרה. און עס ווערט אריבר גיטראגין דער ביטול אפי' אין עולמות בע"ג ולא בשעת התפלה בלבד, ווי דען אפי' בעניני מו"מ או"ש דהיינו אין תורה הגם זיא איז מלובש אין דברים גשמיים. און תרי"ג מצות התורה וואס דאס נעמט זיך אלץ פון דברים גשמיים מפני שאורייתא וקוב"ה כולא חד. ומצד גאט אליין זענן אלע פרטים של דברים גשמיים קיין פאר שטעל ניט אחר שלבדו הוא ית'. הנה לכן קען זיין ע"י העלאת התפלה התחברות והתייחדות אין אלע פרטים במהותם ווי זיי זענן אפי' באו"ש ומו"מ עפ"י תורה, ווארום דאס איז דער תכלית המכוון עס זאל אונטן נגלה ווערן אין עוד מלבדו אין אדם ברמ"ח אברים דהיינו רמ"ח מצות הבאים מדברים נפרדים, און דאס זאל זיין מיוחד וויא אברי הגוף דורך התלבשו' הנפש, און וויא ער איז כביכול, ניט בגדר אדם זאל נמשך ווערן אין בחי' אדם. און מען זאל אנדערש ניט אן זעהן דורך פרטים ווי גאט אליין כביכול, ממילא דאס דארף נגמר ווערן אין סוף שמ"ע אין שים שלום, למשל בעמדו לפני המלך דארף ער אויף זיך מקבל זיין בשלימות שלא יהי' באופן אחר. פריער ווערט נגמר אין מוחין און דער נאך אין מדות חג"ת און דער נאך אין נה"י. אבער אז ער דארף אפ טרעטן פון מלך מקיים צו זיין נימוסי המלך רצון וחפץ המלך בריחוק מקום מהמלך קען דערינען זיין אחסרון, דהיינו ער קען אריין פאלן בעניני עצמו לכן דארף ער זיך נאך אמאל מבטל צו זיין צום עצם המלך, גלייך וויא ער איז גאר ניט במציאות אויף דעם עולם מיט אלע זיינע רצונות ובאמת איז דאס דער העכסטר ביטול וד"ל. לכן דארף זיין נאך שמ"ע נפ"א לדוד אליך ה' נפשי אשא און דאס איז דער העככסטער יחוד. ובזוה"ק נק' מוסר גרמי' למיתה דהיינו פאר וואס רופט מען דאס בחי' מיתה ווארום ער מבטל זיין זיך גלייך ווי עס איז ניט דא, דהיינו ער זאל ניט וועלן ווי א מת בר מינן וויל גאר ניט און איז פטור פון אלץ בזה האופן צ"ל הביטול וזה נק' כארי' דשכיב על טרפי'. ווארום דערמיט ציהט מען ארויס דעם כח היש שלא יוכל להיות נפרד אפי' בריחוק מקום ממנו, דהיינו אפי' וואס דאס איז בריחוק מקום ממהותו ית' כפי מה שאנו רואין בעינינו, זאל מען דא קיין יש ניט זיין, ואפי' בדברים גשמי' אכיל' ושתי' ומו"מ ושארי דברי' זאל זיין קודש לה' עס זאל גאר קיין פאר שטעל ניט זיין ווען דער גוף אליין איז קודש בכל פרטיו און דאס איז אין דין תורה דער אורט פון תורה ומצות וד"ל. ולהבין יותר צ"ל מפני מה אין בנפ"א אות ק' בתחלת פסוק, והטעם מפני שאות ק' איז מאותיות שק"ר דאז סט"א לגבי קדושה כקוף בפני אדם, דאס הייסט אדם בליעל דקליפה שהוא לעומת אדם דקדושה, ווי עס איז מובן מתמונת אות ק', ווארום וואס איז אקוף דאס איז אזוי וויא איין ה', דאס איז דער התחלקות, נאר דער רגל פון ה' גייט ניט ארויס חוץ לשיטה, נמצא איז ער כלל פון שם הוי' ב"ה ווי ער איז כביכול אני הוי' לא שניתי. ואות ק איז אויך דער אייגענר אות [ה'], נאר דער רגל גייט ארויס חוץ לשיטה, דהיינו דאס איז די אייגענע התחלקות, אבל אינו נכלל בשם הוי' ונחשב לדבר זולת[ו] וזה נק' אדם בליעל דקליפה נגד אדם דקדושה שמבוטל לאלקות. ולעתיד כשיקוים ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ שטייט דערוף קנה וסוף קמלו דהיינו רגל פון קוף וואס חוץ לשיטה וואס ער גייט ארויס חוץ מיחודו לאחדותו ית' וועט דאס ניט ווערן. אבל כעת צריך לבטלו כאלו לא הי' במציאות במס"נ למיתה לכן אין כתיב אות ק' בזה המזמור בתחילת פסוק וד"ל. נאר דער באיי בלייבן קען דאס זיין אחסרון, למשל צו בלייבן נישט, איך בין נישט היינט דורך וואס וועט אויס געפירט ווערן רצונו ית' ווי דער תכלית המכוון איז להיו' לו דיר' בתחתונים, מוז מען ווידער אויף גיהובען ווערן און מוז זיך שטארקן מצד אלקות, כי אחר מס"נ באמת איז די גיהויבינקייט נאר מצד אלקות און ניט מצד זיך ח"ו וועט דא ניט פאלין אין היפוך, ולאחר נפ"א נק' כארי' על טרפי' כנ"ל, ווארום דער כח פון מס"נ איז זייער שטארק דערוף שטייט מי יקימנה, מי איז בינה דהיינו בינתו ית' וואס ער לייגט זיך אריין צו פאר שטיין אין אלקות דאס הויבט עם ווידער אוף אז ער זאל עפעס איין מהות זיין אבער ניט מצד זיך. לכן ווערט דאס ווידער איבער גערעט אין ובא לציון גדולתו ית' און עס ווערט גירעט קדושה וויא אין שמ"ע וואס ווערט גירופין תפיל' אצילו', כידוע מכהאר"י ז"ל אז אשרי ובא לציון ווערט גירופין שיורי אצי', נאר דיא קדושה איז בלשון תרגום מטעם המבואר שם וד"ל. אח"ז איז עלינו לשבח כו' שלא עשנו כגויי הארצות דהיינו עס איז שוין קרוב וואס מי דארף עוסק זיין אין פרטיות, ממילא איז דאך שוין פראנען גויי הארצות וואס זענען אהיפוך מרצונו ית', מ"מ לא שם חלקינו כהם כו' וממילא איז מובן אז עס איז מצד דעם כח הרשימה וואס בלייבט פון תפלה אין כל פרטי פרטיות הרשימה מהמוחין, דאס איז דער ביטול מצד אלקות שהי' לו בשעת התפלה און דאס טוט אפעולה אז ער זאל קענען נמשך ווערין אין פרטים, ווארום אז עס וואלט מאיר זיין מוחין בשלימות שזהו עצם הביטול, וואלט מען ניט אן זעהען קיין פרטים אין אמת דארף דאך זיין דירה בתחתונים. און אז עס וואלט חס ושלום, גאר קיין רשימה ניט בלייבין וואלט מען אריין פאלין אין יש הגשמי, וויא ער איז אונטען וואלט דענסטמאל אפי' תומ"צ וואלטן בלייבן אונטן אין הסתר פנים, און ווער רעט שוין או"ש ומו"מ וואלטן גאר זיין אין היפוך, לכן בלייבט א רשימה כנ"ל. למשל וויא איינער גייט ארויס פון בית המלך מקיים צו זיין נימוסי המלך אז ער איז גאר באמת בטל צום עצם המלך נאר עס האט אים דורך גינומען דיא זאך. מוז בייא אים בלייבין ארשימה אכח הזכרון פון מלך אליין וואס דאס היט אים ער זאל ניט אפ קערין פון רצון המלך. וזהו שלא עשנו כגויי הארצות אין דאס איז דער גאנצר שבח פון עלינו בזה האופן, וע"כ נקוה לך לראות מהרה בתפארת עוזיך להעביר גילולים מן הארץ. וממילא איז המלכות שלך וביום ההוא יהי' ד' אחד ושמו אחד, נאר דאס וועט זיין לעתיד בגילוי בבחי' עין בעין, דיא עין גשמי וועט קענען זעהן אלקות בדרך חוש וויא דיא עין גשמי כל הדברים הנופלים בחוש הראות אזוי וועט זיא זעהן דיא חיות פון אלקות וואס איז מהוה ומחי' בכל עת ורגע, און ניט בעין השכל און ניט בעינא דליבא נאר דיא עין כמשמעו וועט זיין אכלי דער צו וד"ל. נאר איצטר איז מעין ודוגמא ווארום עס דארף זיין היום לעשותם וממילא דורך דעם לעשותם ווערט דער יש הגשמי איבער גימאכט אז דאס זאל ווערין אמכון לשבתו ית' וויא כלי הגוף צום נפש, און דאס ווערט גירופן עבודה מלשון עורות עבודים עס ווערט דיא זאך איבער גימאכט און דער יש לייכט וויא ער איז באמת מצד אלקות און דאס ווערט דורך תורה ומצות, אבער באופן אז מקודם איז תפלה וואס איז מבריח מן הקצה אל הקצה כמבואר במשל [מ]השדרה, קען שוין זיין גילוי אלקות אין תומ"צ והרמ"ח מצות ווערין אברים דמלכא. אבל האומר אין לי אלא תורה אפי' תורה אין לו וד"ל.

תם

אגרת הקודש

מה שכתב ליושבי ארץ הקודש תבנה ותקומם במהרה בימינו אמן לנחמם בכפליים לתושיה על פטירת הרב הגאון המפורסם איש אלקים קדוש נר ישראל עמוד הימיני פטיש החזק מורנו ורבנו הרב ר' מנחם מענדל נשמתו עדן.

כז אהוביי אחיי ורעיי אשר כנפשי כו' ה' עליהם יחיו חיים עד העולם וצאצאיהם אתם זרע אמת ברוכי ה' המה מעתה ועד עולם. אחד"ש כמשפט לאוהבי שמו באתי לדבר על לב נדכאים הנאנחים והנאנקים ולנחמם בכפליים לתושיה אשר שמעה אזני ותבן לה על מארז"ל דשבק חיים לכל חי כי צדיק באמונתו יחיה וביראת ה' לחיים וברשפי אש שלהבת אהבתו מחיים לכל בהן חיי רוחו [נ"א ונשמתו] כל ימי חלדו ויהי בהעלות ה' רוחו ונשמתו אליו יאסוף ויעלה בעילוי אחר עילוי עד רום המעלות שבק חיי רוחו פעולתו אשר עבד בה לפנים בישראל פעולת צדיק לחיים לכל חי היא נפש כל חי הקשורה בנפשו בחבלי עבותות אהבה רבה ואהבת עולם בל תמוט לנצח אשר מי האיש החפץ חיים לדבקה בה' חיים בעבודתו תדבק נפשו והיתה צרורה בצרור החיים את ה' בחיי רוח אפינו אשר אמרנו בצלו נחיה בגוים אשר שבק לנו בכל אחד ואחד כפי בחינת התקשרותו באמת ואהבתו אהבת אמת הטהורה מקרב איש ולב עמוק כי כמים הפנים וכו' ורוח אייתי רוח ואמשיך רוח ורוחו עומדת בקרבינו ממש כי בראותו ילדיו מעשה ידיו בקרבו יקדישו שמו יתברך אשר יתגדל ויתקדש כאשר נלך בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו נס"ו. וזהו שאיתא בזוהר הקדוש דצדיקא דאתפטר אשתכח בכלהו עלמין יתיר מבחיוהי דהיינו שגם בזה העולם המעשה היום לעשותם אשתכח יתיר כי המעשה (גדול) [גדל] והולך גידולי גידולין מן אור זרוע לצדיק בשדה אשר ברכו ה' המאיר לארץ וחוצות וגם אנחנו אלה פה היום כולנו חיים בדרכיו דרך הקדש יקרא לה. זאת בעבודת ה' במילי דשמיא. ובמילי דעלמא בפירוש אתמר בזוהר הקדוש דצדיקייא מגינין על עלמא ובמיתתהון יתיר מבחייהון ואלמלא צלותא דצדיקייא בההוא עלמא לא אתקיים עלמא רגעא חדא וכל הקרוב קרוב אל משכן ה' בחייו קודם לברכה:

ביאור על הנ"ל:

איתא בזוהר הקדוש דצדיקא דאתפטר אשתכח בכלהו עלמין יתיר מבחיוהי כו' וצריך להבין תינח בעולמות עליונים אשתכח יתיר בעלותו שמה אבל בעוה"ז איך אשתכח יתיר. וי"ל ע"ד מה שקבלתי על מאמר חז"ל דשבק חיים לכל חי כנודע שחיי הצדיק אינם חיים בשרים כ"א חיים רוחניים שהם אמונה ויראה ואהבה כי באמונה כתיב וצדיק באמונתו יחיה וביראה כתיב ויראת ה' לחיים ובאהבה כתיב רודף צדקה וחסד ימצא חיים וחסד הוא אהבה ושלשה מדות אלו הם בכל עולם ועולם עד רום המעלות הכל לפי ערך בחינת מעלות העולמות זע"ז בדרך עילה ועלול כנודע. והנה בהיות הצדיק חי על פני האדמה היו שלשה מדות אלו בתוך כלי ולבוש שלהם בבחינת מקום גשמי שהיא בחינת נפש הקשורה בגופו וכל תלמידיו אינם מקבלים רק הארת מדות אלו וזיון המאיר חוץ לכלי זה על ידי דבוריו ומחשבותיו הקדושים. ולכן ארז"ל שאין אדם עומד על דעת רבו וכו' אבל לאחר פטירתו לפי שמתפרדים בחינת הנפש שנשארה בקבר מבחינת הרוח שבגן עדן שהן שלש מדות הללו לפיכך יכול כל הקרוב אליו לקבל חלק מבחינת רוחו שבגן עדן הואיל ואינה בתוך כלי ולא בבחינת מקום גשמי כנודע מארז"ל על יעקב אבינו ע"ה שנכנס עמו גן עדן וכ"כ בספר עשרה מאמרות שאויר גן עדן מתפשט סביב כל אדם ונרשמים באויר זה כל מחשבותיו ודבוריו הטובים בתורה ועבודת ה' (וכן להיפך ח"ו נרשמים באויר המתפשט מגיהנם סביב כל אדם) הלכך נקל מאד לתלמידיו לקבל חלקם מבחינת רוח רבם העצמיית שהם אמונתו ויראתו ואהבתו אשר עבד בהם את ה' ולא זיוום בלבד המאיר חוץ לכלי לפי שבחינת רוחו העצמית מתעלה בעילוי אחר עילוי להכלל בבחינת נשמתו שבגן עדן העליון שבעולמות העליונים ונודע שכל דבר שבקדושה אינו נעקר לגמרי מכל וכל ממקומו ומדרגתו הראשונה גם לאחר שנתעלה למעלה למעלה ובחינת זו הראשונה שנשארה למטה בגן עדן התחתון במקומו ומדרגתו הראשונה היא המתפשטת בתלמידיו כל אחד כפי בחינת התקשרותו וקרבתו אליו בחייו ובמותו באהבה רבה כי המשכת כל רוחניות אינה אלא על ידי אהבה רבה כמו שכתב בזוהר הקדוש דרוח דרעותא דלבא אמשיך רוח מלעילא רק אם יכון לקראת א־להיו בהכנה רבה ויגיעה עצומה לקבל שלש מדות הללו כדרך שהורהו רבו וכמארז"ל יגעת ומצאת תאמין. והנה יש עוד בחינת הארה לתלמידיו רק שאינה מתלבשת בתוך מוחם ממש כראשונה רק מאירה עליהם מלמעלה והיא מעליית רוחו ונשמתו למקור חוצבו דהיינו לחקל תפוחין קדישין ועל ידי זה נעשה שם יחוד על ידי העלאת מ"נ מכל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו ונזרעו בחקל תפוחין קדישין אורות עליונים מאד לעומת תחתונים אשר הם תורתו ועבודתו והארת אורות עליונים אלו מאירה על כל תלמידיו שנעשו עובדי ה' על ידי תורתו ועבודתו והארה זו שעליהם מלמעלה מכנסת בלבם הרהורי תשובה ומעשים טובים וכל המעשים טובים הנולדים מהארה זו שמאירה מאורות הזרועים בשדה הנ"ל נקרא גידולי גידולין והארה זו היא בהעלם והסתר גדול כמו שמש המאיר לכוכבים מתחת לארץ כדאיתא בתיקונים על משה רבינו ע"ה שאחר פטירתו מתפשטת הארתו בכל דרא ודרא לששים רבוא נשמות כמו שמש המאיר מתחת לארץ לששים רבוא כוכבים: