עריכת הדף "
ספר הזכרונות פרק א'
"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אזהרה:
אינכם מחוברים לחשבון. כתובת ה־IP שלכם תוצג בפומבי אם תבצעו עריכות כלשהן. אם
תיכנסו לחשבון
או
תיצרו חשבון
, העריכות שלכם תיוחסנה לשם המשתמש שלכם ותקבלו גם יתרונות אחרים.
בדיקת אנטי־ספאם.
אין
למלא שדה זה!
מתקדם
תווים מיוחדים
עזרה
כותרת
רמה 2
רמה 3
רמה 4
רמה 5
עיצוב
הוספה
הערה מוסתרת
הבלטה
הטמעה
לא להטמיע
לטיני
לטיני מורחב
אלפבית פונטי בינלאומי (IPA)
סימנים
יווני
יוונית מורחבת
קירילי
ערבי
ערבי מורחב
עברית
בנגלית
טמילית
טלוגו
סינהלה
דוונגארי
גוג'רטית
תאית
לאו
קמרית
לשונות ילידיות קנדיות
רונות
Á
á
À
à
Â
â
Ä
ä
Ã
ã
Ǎ
ǎ
Ā
ā
Ă
ă
Ą
ą
Å
å
Ć
ć
Ĉ
ĉ
Ç
ç
Č
č
Ċ
ċ
Đ
đ
Ď
ď
É
é
È
è
Ê
ê
Ë
ë
Ě
ě
Ē
ē
Ĕ
ĕ
Ė
ė
Ę
ę
Ĝ
ĝ
Ģ
ģ
Ğ
ğ
Ġ
ġ
Ĥ
ĥ
Ħ
ħ
Í
í
Ì
ì
Î
î
Ï
ï
Ĩ
ĩ
Ǐ
ǐ
Ī
ī
Ĭ
ĭ
İ
ı
Į
į
Ĵ
ĵ
Ķ
ķ
Ĺ
ĺ
Ļ
ļ
Ľ
ľ
Ł
ł
Ń
ń
Ñ
ñ
Ņ
ņ
Ň
ň
Ó
ó
Ò
ò
Ô
ô
Ö
ö
Õ
õ
Ǒ
ǒ
Ō
ō
Ŏ
ŏ
Ǫ
ǫ
Ő
ő
Ŕ
ŕ
Ŗ
ŗ
Ř
ř
Ś
ś
Ŝ
ŝ
Ş
ş
Š
š
Ș
ș
Ț
ț
Ť
ť
Ú
ú
Ù
ù
Û
û
Ü
ü
Ũ
ũ
Ů
ů
Ǔ
ǔ
Ū
ū
ǖ
ǘ
ǚ
ǜ
Ŭ
ŭ
Ų
ų
Ű
ű
Ŵ
ŵ
Ý
ý
Ŷ
ŷ
Ÿ
ÿ
Ȳ
ȳ
Ź
ź
Ž
ž
Ż
ż
Æ
æ
Ǣ
ǣ
Ø
ø
Œ
œ
ß
Ð
ð
Þ
þ
Ə
ə
עיצוב
קישורים
כותרות
רשימות
קבצים
הערות שוליים
דפי שיחה
תיאור
מה יש להקליד
מה מתקבל
הטיה
''טקסט נטוי''
טקסט נטוי
הדגשה
'''טקסט מודגש'''
טקסט מודגש
הדגשה והטיה
'''''טקסט מודגש ונטוי'''''
טקסט מודגש ונטוי
{{ספר הזכרונות}} ==עיר אהבת הבריות== מיר לעבען איצט אין א הרת'עולם'דיגער צייט. אין משך פון צוויי און א האלב צעהנדליג יאהר האבען מיר צוגעזעהן ווי גרויסע און איינגעפונדעוועטע מלוכות זיינען אונטערגעגאנגען און ווי גרענעצען, וואס האבען עקזסטירט פאר דורות, זיינען אפגעווישט געווארען. בנוגע אידען, האבען מיר אין משך פון אונזער דור דורכגעמאכט ביז'ן יסוד אויפטרייסלענדיגע שטורמס און דורכגעלעבט מורא'דיגע און בלוטיגע געשעהענישען. דאס לעבען פון מיליאנען אידען איז אויסגעריסען געווארען מיט די ווארצלען. גאנצע אידישע קהילות זיינען פארשוואונדען געווארען, דער אלטער אידישער לעבענס שטייגער איז אין א סך לענדער פונדאמענטאל געענדערט געווארען. אונזער תקופה אין בלי ספק די מורא'דיגסטע און טראגישסטע, אבער אויך די פאנטאסטישסטע און אויפברויזענדסטע אין דער גאנצער אידישער געשיכטע. דאָך קענען וועניג פון אונז זאָגען, אז זיי אליין האבען דורכגעלעבט די אלע איבערקעהרענישען און גלגולים פון אונזער שטורעמדיגער צייט און אליין דורכגעמאכט אלע שרעקען און טראנספארמאציעס סיי אין אלגעמיינעם און סיי אין אידישען לעבען. דער ליובאוויטשער רבי, ר' יוסף יצחק שניאורסאן, וועלכער האט לעצטענס געמאכט זיין היים אין אמעריקא, געהערט צו די נאָר וועניגע, וואָס האָבען דורכגעמאכט און דורכגעלעבעט כמעט אלע איבערקעהרענישען און קאטאסטראפעס אין אידישען לעבען אין די לעצטע פינף און צוואנציג יאהר. געבאָרען און ערצויגען אין דעם באריהמטען רבי'אישען הויף אין ליובאוויטש, ווען דאָס חבד'ישע חסידות, ווי די אלע אנדערע פארמען פון חסידות און פון אידישקייט אין אלגעמיין, איז נאך געווען אין פולען גלאנץ, האָט דער ליובאוויטשער רבי אין סאמע בליה פון לעבען מוט די אייגענע אויגען צוגעזעהן דעם גאנצען אידישען חורבן אין רוסלאנד אין משך פון דער ערשטער וועלט מלחמה, דאן די אלע רעוואלוציאנערע איבערקערענישען מיט זייערע באגלייטענדיגע בלוט־פארגיסונגען, נאכגעפאלגט פון דער מיט די וואָרצלען־אויסרייסענדיגער און מיט שטורם פארניכטענדיגער באלשעוויסטי־שער רעוואלוציע, פון וועלכער ער אליין איז געווען איינער פון די קרבנות. געראטעוועט זיך פון די באלשעוויסטישע נעגעל, נאכדעם ווי ער אין געווען אין געפאהר מיט'ן לעבען פאר זיין עקשנות'דיגען קאמף צו פּרעזערווירען אידישקייט אין דער סאָוועטיזירטער רוסלאנד, האָט זיך פאר איהם אנגעפאנגען א סדרה וואנדערונגען פון איין לאנד צום צווייטען, פון איין קאנטינענט צום אנדערען אין א פארזוך ערגעץ צו געפינען א מקום מנוחה פאר זיך און א נייעם באדען וואו איינצואווארצלען דאָס חבר'ישע חסידות, וועלכע איז געבליבען היימלאז און פון וועלכער ער איז געווען דער מלך אָהן א מלוכה. אין זיינע וואנדערוגען האט ער זיך אפגעשטעלט אין ארץ ישראל, אין א צייט, ווען דער אויפבוי פון דעם נייעם אידישען ישוב איז געגאנגען פאראויס מיט א שטורים'דיגער טעמפאָ, און איז שפעטער געבראכט געווארען צו די ברעגעס פון דער פרייער אמעריקע, וואו ער האָט, פאר א קורצער צייט, צוגעזעהן דאָס אידישע לעבען אין סאמע ברוין פון דער גרעסטער עקאנאמישער מזל ברכה וואס דאס לאנד צוזאמען מיט די אידען האבען ווען גענאסען, און האָט דאן אויך צוגעזעהן די גאנצע וואקבאנאליע, וואס איז געקומען ווי א רעזולטאט פון דעם גרויסען פינאנס קראך אין וואָל סטריט, וועלכער האט דורך נאכט פארוואנדעלט מיליאָנערען אין ארימעלייט און ארויסגעשליידערט גרויסע מאסען ארבייטער אין גאס, צייגענדיג די אומזיכערקייט פון מענשליכען עקזיסטענץ אפילו אין פרייע לענדער ווי אמעריקא. נאך א קורצען אויפהאלט אין אמעריקא אין דער ליובאוויטשער פארטראגען געווארען קיין פּוילען, וואו עס האָט געברויזט מיט אידיש לעבען, ער האָט דאָרט אנגעהויבען בויען א נייע היים פאר חבד, אנפיהרענדיג א גרויסע און פארצווייגטע תורה טעטיגקייט איבער גאָר דער וועלט. די האפענונג אין נאָך געווען גרויס, אז פוילען וועט בלייבען דער צענטער פון אידישקייט אין אייראָפּא און אז דארט וועט מען קענען צוריקבויען דאָס וואס איז אנדערשוואו צעשטערט געווארען. אבער ניט לאנג אין באשערט געווען דעם ליובאוויטשער רבי'ן צו האָבען מנוחה אין דער אומרוהיגער פוילען, דאס וואס ער האט מיט אזוי פיעל מיה און אָנשטרענגונג דארט אויפגעבויט אין ווידער אמאל אויסגעריסען געווארען מיט די ווארצלען דורך דעם נייעם שטורם און מבול פון בלוט וואס האבען זיך א טראָג געטאָן איבער דער אומגליקליכער אייראָפּא. ווידער אין דער ליובאוויטשער רבי געשטאנען פנים אל פנים מיט'ן טויט. ווידער האָט ער דורכגעמאכט אלע שרעקען פון דעם אידישען און אלגעמיינעם חורבן ווארשע און חורבן־פּוילען, נאכגעפאלגט פון דער בלוטפארגליווערענדיגער נאצי־אינקוויזיציע אין וועלכער ער איז פארכאפט געווארען פונקט ווי פריהער אין דער סאָוועטיש־יעווסעקישער אינקוויזיציע. אויך דאָס מאָל האָט דער ליובאוויטשער רבי זיך געראטעוועט, און וויידער איז ער, נאך א רייהע וואנדערונגען, געבראכט געווארען צו די ברעגעס פון אמעריקא. דאָס מאָל שוין דא צו פארבלייבען און דא איבערצופלאנצען, אויב מעגליך, דאָס חבר'ישע חסידיזם. דער ליובאוויטשער רבי ווערט מיט דעם ניט נאָר דער סימבאל פון אידישען נע ונד און פון דער גאנצער אידישער טראגיק פון אונזער צייט, נאָר אויך דער סאמע אויסדרוק פון אידישער ענטשלאָסענהייט זיך צו האלטען ביי אונזערע טראדיציעס און ווייטער צו שפינען דעם גאלדענעם פאדים וואס איז נאָך קיינמאל ניט איבערגעריסען געווארען אין משך פון טויזענדער יאָהרען און וועט זיכער אויך ניט איבערגעריסען ווערען אין דער צוקונפט. עס איז א גרויסע זכיה צו ווערען, ווי דאס איז דער פאל מיט דעם ליובאוויטשער רבי'ן, די פארקערפערונג פון אידישער עקשנות'דיגקייט פאר דעם קיום פון אידישקייט און זיין איינער פון די וואס האלטען אין בויען און שאפען אין אנגעזיכט פון צושטערונג, צי דאָס קומט מצד "גאטלאָזע" באלשעוויקעס, פּוילישע כוליגאנעס, צי נאצישע רוצחים. דער ליובאוויטשער רבי האָט נאָך דערצו די אויסצייכענונג, וואס ער באטראכט עס מיט גרויס עניוות, ווי א היסטארישע פליכט, וואס זיין פאזיציע אלס מנהיג האָט אויף איהם ארויפגעלייגט, – א פליכט וואס די רביי'אישע דינאסטיע וועלכע ער פארטרעט און וועלכע ציהט איהר עקזיסטענץ פאר הונדערט און פינף און זיבעציג יאהר, האט איהם איבערגעגעבען בירושה. דריי מאָמענטען אין דעם לעבען פון דעם ליובאוויטשער רבי'ן קריצען זיך באזונדערס איין אין זכרון, איהר מוזט זיך אויף זיי אפשטעלען ווען איהר באקאנט זיך מיט זיין לעבען, דערהויפט ווען איהר לייענט זיינע זכרונות און שריפטען. די דאזיגע זכרונות, טאָג־ביכער און שריפטען, וועלכע ווערען אין טייל איצט פארעפענטליכט, שטעלען מיט זיך פאר אן אויסערגעוועהנליך רייכען קוואל פון היסטארישע רעליגיעז פילאזאפישע און פאָלקלאָריסטישע שאפונגען, וואָס זיינען ווען געקומען פון דער פען פון אן איינצעלנעם מענשען, וועלכער שרייבט אין תוך נאָר תורה, מוסר און חקירה. די דאזיגע זכרונות, טאָג־ביכער און שריפטען, וועלכע דער רבי האט געשריבען אין משך פון יאהרען און האלט זיי ווייטער אין שרייבען, נעהמען אייגענטליך ארום א פעריאָד פון הונדערט און פינף און זיבעציג יאהר, וואָס איז דער פעריאָן פון דער אנטשטייאונג און אנטוויקלונג פון חב"ד. דעם רבינ'ס כתבים געהען נאָך אבער א סך ווייטער אין דער פארגאנגענהייט ווי די אנטשטייאונג פון חב"ד אדער פון חסידיזם בכלל. ווארום זיי הויבען זיך אן מיט דער אנטשטייאונג פון ליובאוויטש אלס אידישער ישוב און אט די געשיכטע פון ליובאוויטש, כאָטש דאכט זיך, ניט מעהר ווי א אידיש שטעטעל, איז אזוי רייך און קאלירפול, אז איהר האָט דא פאר זיך א מערקווירדיגע פאנאראמע פון אידיש לעבען ווי דאָס האָט זיך אויסגעפורמט אין משך פון דורות און אויך א פארכאפענדיגע גאלעריע פון טיפען און פּערזענליכקייטען וועלכע וואלטען פאר דער געשיכטע געבליבען פארגעסען אויב זיי וואלטען ניט פאראייביגט געווארען אין דעם רבין'ס כתבים. אבער בעת דעם ליובאוויטשער רבינ'ס כתבים פארטראגען אייך אין דער ווייטער פארגאנגענהייט און פיהרען אייך דורך די נאהענטע פארגאנגענהייט, ברענגען זיי אייך אויך צו דער סאמע געגענווארט, פארשטעלענדיג מיט זיך א שטיק רייך אידיש לעבען ווי עס האָט זיך געפורמט אין משך פון דורות און ווי עס האלט זיך ווייטער אין פורמען פאר דער צוקונפט, ניט איבעררייסענדיג אויף קיין מאָמענט דעם המשך וואס פארבינדט אונזער דור מיט דעם דור וואס איז געשטאנען ביים בארג סיני און נאך פריהער, און מאכט אונז פאר דאָס רינגעלע וואס פארבינדט די פארגאנגענהייט מיט דער צוקונפט. טאקע מיט דעם אין זיינען לאָזען די דריי מאָמענטען, וואָס זיינען פריהער דערמאנט געווארען, איבער אזא טיפען איינדרוק. עס איז געווען אין זומער פון יאהר 1927. דער ליובאוויטשער רבי אין נאָך גרויסע שתדלנות פון אינוועניג און פון דרויסען אקארשט באפרייט געוואָרען פון דער סאוועטישער טורמע אין לענינגראר, וואו ער איז געווען איינגעשלאָסען פאר אנפיהרען זיין אידיש־רעליגיעזע טעטיגקייט, אונטער די סאוועטען. דער באדינג איז געווען, אז ער זאל אין זעלביגען טאָג אפפאהרען קיין קאסטראמא, דאָרט צו פארבלייבען אין גלות דריי יאהר צייט. אויפ'ן וואקזאל האבען זיך פארקליבען חסידים און פארעהרער מיט איהם זיך צו געזעגענען. שוין זייענדיג אין וואגען האָט דער רבי געהאלטען פאר די פארזאמעלטע חסידים אויף דער פלאטפאָרמע א קורצע רעדע, וואס פאר איהר טאָן און אינהאלט האט עס געשמעקט מיט נייעם ארעסט און אין טאקי דערפאר פון גרויס באדייטונג. "מיר בעטען ביי השם יתברך, – האט דער ליובאוויטשער געזאגט – אז פונקט ווי ער איז געווען מיט אונזערע אבות, זאל ער אויך זיין מיט אונז, כאָטש מיר זיינען ניט גלייך צו אונזערע אבות, וועלכע זיינען באמת געווען גרויסע בעלי מסירת נפש פאר תורה". האבענדיג אזוי אנגעשלאגען דעם טאָן פון עניוות און זעלבסט בטול אין פארגלייך מיט די פריהערדיגע דורות פון חב"ד־רביים, האָט דער ליובאוויטשער ציטירט וואס איינער פון די דאזיגע חב"ד רביים האט אמאל געהאט געזאגט ווען די צארישע מלוכה האָט געפאדערט פון די רבנים, אז זיי זאלען מאכען ענדערונגען אין די לימודים פון אידישע קינדער. דאָס איז באטראכט געווארען פאר א גזירה און דער חב"ד פיהרער האָט דאן געזאָגט: "ניט מיט אונזער ווילען זיינען מיר אוועק פון ארץ ישראל און ניט מיט אונזערע כחות וועלען מיר צוריקקומען קיין ארץ ישראל. דער אויבערשטער האט אונז פארטריבען אין גלות און דער אויבערשטער וועט אונז פון דארט אויסלייזען. אבער דאס דארפען אלע פעלקער אויף דער ערד וויסען: נאָר אונזערע גופים זיינען איבערגעגעבען געווארען אין גלות און זיינען אונטערטעניגט צו פרעמדע מלוכות. אונזערע נשמות, אבער, האט מען אין גלות ניט פארטריבען און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבען. דארפען מיר ערקלעהרען גלוי לעין, אז וואס איז נוגע אונעזר דת, תורה, מצוות און אידישע מנהגים, האבען מיר אידען אויף זיך ניט קיין דעה־זאָגער. קיין שום צוואנג קראפט קען אויף אונז ניט אויסגענוצט ווערען. מיך מוזען זאגען מיט דער שטארקסטער אידישער עקשנות, מיט דעם טויזענד יאהריגער אידישער מסירת נפש: אל תגעו במשיחי ובנביאי אל תרעו". האָבענדיג איבערגעזאגט אט די שטאלצע און שטארקע רייך פון זיינע אבות, וואס זיינען געזאגט געווארען פאר אן אנדער צייט און געגען אן אנדער רעזשים, וואס האבען אבער געקענט פונקט אזוי גוט אנגעווענדעט ווערען פאר דער נייער צייט און דעם נייעם רעזשים, האָט דער ליובאוויטשער געמאכט זיין אייגענע דעקלאראציע וואס איז געווען א שטאָלצער צוריקווארפען אין פנים די יעווסעקעס זיירע פארזוכען מיט גוואלד אויסצוראטען אידישקייט. ווידער צייגענדיג זיינע עניוות, האָט דער ליובאוויטשער געזאָגט דאָס פאלגענדע: "אט אזוי האט גערעדט א מסירת נפש איך, און מיר האבען אפילו ניט די ריכטיגע שטארקייט צו זאגען אפען פאר דער גאנצער וועלט און ווייזען די מעשים תעתועים וואס די עטליכע הונדערט געווילדעוועטע אידישע אינגלאך טוען צו אידען און אידישקייט. "אלע ווייסען, אז דאָס סאָוועטישע געזעץ ערלויבט אונז לערנען תורה און היטען מצוות (מיט געוויסע באשרענקונגען), נאָר די מסירות און בלבולים פיהרען אונז אין די טורמעס און אויף קאַטאָרגע. "און דאָס איז אונזער בקשה פון השם יתברך: ער זאל אונז געבען די ריכטיגע שטארקייט ניט נתפעל צו ווערען פון די קערפעליכע יסורים, אדרבא, זיי נאָר מקבל צו זיין מיט שמחה. יעדער עונש, וואָס מיר קריגען פאר אויסהאלטען א חדר, פאר לערנען תורה, פאר היטען מצוות, זאָל אונז געבען מעהר שטארקייט אין אונזער הייליגער ארבייט פאר חזוק היהדות". און דער ליובאוויטשער פארענדיגט זיינע רייד מיט אן אויסדרוק פון פעסטער איבערצייגונג, אז טורמע און קאטאָרנע זיינען בלויז צייטווייליגע זאכען בעת תורה און אידען זיינען אייביגקייטען, און אויך, אן אויסדרוק פון האפנונג, אז זיין אייגענע צייטווייליגע שטראף וועט דינען ווי א ביישפיעל, ארויסצורופען פרישע כחות צו פארשטארקען אידישקייט טאקי אין דעם לאנד פון די סאוועטען. עס איז געווען א קריענס ערקלעהרונג געגען די "צעווילדעוועטע איננלאך", די אידישע קאָמוניסטען, וועלכע דער ליובאוויטשער האָט באצייכענט אלס די שולדיגע אין דעם, וואס אידישקייט איז פארפאלגט געווארען און ווערט נאָך עד היום פארפאלגט אין סאָוועט רוסלאנד. עס איז אויך געווען א דעקלאראציע, אין אנגעזיכט פון קערפערליכע שטראף, אז אידען וועלען זיך צו אט די "צעווילדעוועטע אינגלאך" ניט אונטערגעבען. די קריענס ערקלעהרונג איז נאָך אין קראפט און איז אויפגענומען געוואָרען ניט נאר פון אלע רעליגיעזע, נאר אויך נאציאנאלע אידען און בכלל אידען, וואָס ווילען ניט אויפגעבען זייער קיום אלס פאלק. ==== תרגום ==== אין לך כמעט איר או עיירה באירופה שאינה קשורה בעבר או בהווה היהודי, שאין ביכלתה לספר קטע מן ההיסטוריה היהודית, ושאבניה ואדמתה אינם רוויים דם ודמע של יהודים. שמותיהם בלבד של ערים ועיירות מסוימות מעוררים זכרונות ומחיים לנגד עינינו דמויות מאירות של אישים דגולים שהצטיינו במשך הדורות בגדלות בתורה ובמעשים טובים. לכל עיר ועיירה יש פרק משלה בהיסטוריה היהודית, אך יש ערים ועיירות המייצגות תנועות שלמות וחלקים שלמים בחיים היהודיים. עיר – נכון יותר: עיירה – כזאת מהוה ליובאוויטש, ששימשה, במשך מאה ושתים שנה וחדשיים, כמקום מושבם של ארבעה דורות נשיאי חב"ד וכמרכז לחסידות החב"דית על מאות אלפי חסידיה במרחבי רוסיה ובמדינות אחרות. חסידות חב"ד שנוסדה ע"י אדמו"ר הזקן שניאור זלמן נ"ע, בעל ה"תניא", היא בסך הכל בת 175 שנה{{הערה|חסידות חב"ד נוסדה בשנת תקל"ב, ובשנת תש"ז - שנת הופעת הספר במקורו באידיש - מלאו לה, איפוא, 175 שנה.}}. פירוש הדבר שבתקופת של שבעים ושתים שנה ועשרה חדשים – היה מרכזה של חב"ד במקום אחר או שנדד בגולה. בראשית ייסודה היה המרכז בליוז'נא, שם נולדה למעשה חסידות חב"ד. מאוחר יותר עבר לליאדי, הקשורה יותר מכל מקום אחר בשמו של אדמו"ר הזקן. למן י"ח חשון, תרע"ו, בזמן מלחמת העולם הראשונה, כאשר ליובאוויטש נעזבה וכבוד קדושת אבי נ"ע נעלץ לעקור משם עם משפחתו – חדלה להיות ליובאוויטש מקום מושב האדמו"רים ומרכז חב"ד. ברם, השם "ליובאוויטש" ישאר לעד קשור עם חסידות חב"ד, יעורר תמיד זכרונות נעימים, ויבטא פרק מפואר בהיסטוריה היהודית. אופייני הדבר שלמרות העובדה שרק למן הדור השני לאדמו"רי משפחת שניאורסון קשורה ליובאוויטש קשר הדוק עם תולדות והתפתחות חסידות חב"ד – הרי כבר מראשית תקופת יסוד חב"ד, ואולי מיסוד החסידות בכלל וקודם לכן, תפסה היא את מקומה כאשר "נסתרים", "מקובלים" וצדיקים מסוגים וכיוונים שונים פעלו בחיי היהדות וסללו את הדרך להופעת הבעש"ט הקדוש. לא בכדי נועדה ליובאוויטש לתפוס מקום נכבד, תחלה בחיי הצדיקים הנסתרים מאוחר יותר בחיי אדמו"רי וחסידי חב"ד. ליובאוויטש היתה, בגלל מעמדה הגיאוגרפי המיוחד, מקום המתאים לאנשים בעלי שאר־רוח לשם התנזרות מן העולם החיצוני והתמסרות מוחלטת לותרה ועבודת ה', או לשם התחלה של חיים חדשים המבוססים על העקרונות המוסריים הטהורים של התורה. ליובאוויטש, הנמצאת בפלך מוהילוב (במחוז בבינוביץ, ואחר כך במחוז אורשה) ושוכנת על נהר דנייפר שברוסיה הלבנה, היתה מוקפת מאז ומתמיד יערות גדולים ששיוו לה מראה של מקום מבודד והעניקו לתושביה תחושת התבודדות. כך נעשתה ליובאוויטש נקודת משיכה לאנשים שרצו להתיחד לנפשם ולהתקרב אל ה' ובריאתו. זו הסיבה לעובדה שצדיקים נסתרים רבים קשרו אל גורלם עם ליובאוויטש והטביעו עליה את חותמם, עד שאנשים המתוודעים אל תולדותיה של ליובאוויטש, מראשית ייסודה, מתרשמים ממנה כעיר אגדית, הקשורה בפרק מרתק ומותח של חיים יהודים. פרשת ייסודה של ליובאוויטש, בעבר הרחוק-רחוק, קשורה האישיות יהודית מענינת, שזכרה לא נשכח במשך הדורות עד לזמננו. {{להשלים}} {{הערות שוליים}} [[קטגוריה:ספר הזכרונות]]
תקציר:
עריכה תוכנית:
הגהה
ניסוח
הועבר
הרחבה
עריכה
עדכון
תקלדה
הוספת מקור
עריכה טכנית:
ויקיזציה
עיצוב
תמונה
קטגוריה
קישורים פנימיים
תיקון פרמטרים
תיקון קישור
טיפול בהשחתה:
הפרת זכויות יוצרים
שחזור
לתשומת ליבך: תרומתך לאתר חב"דטקסט תפורסם לפי תנאי הרישיון רישיון חופשי למסמכים של גנו גרסה 1.3 או חדשה יותר (אפשר לעיין בדף
חב"דטקסט:זכויות יוצרים
לפרטים נוספים). אם אינך רוצה שעבודתך תהיה זמינה לעריכה על־ידי אחרים, שתופץ לעיני כול, ושאחרים יוכלו להעתיק ממנה תוך ציון המקור – אין לפרסם אותה פה.
כמו־כן, שמירת העריכה משמעה הבטחה שכתבת את הטקסט הזה בעצמך או העתקת אותו ממקור בנחלת הכלל (שאינו מוגבל בזכויות יוצרים) או מקור חופשי דומה.
אין לשלוח חומר מוגבל בזכויות יוצרים ללא רשות!
ביטול
עזרה בעריכה
(נפתח בחלון חדש)
תבנית:הערה
(
עריכה
)
תבנית:הערה/קוד
(
עריכה
)
תבנית:הערות שוליים
(
עריכה
)
תבנית:הערות שוליים/מרחב שם
(
עריכה
)
תבנית:להשלים
(
עריכה
)
תבנית:ספר הזכרונות
(
הצגת מקור
) (מוגנת)
תבנית:קטגוריה בתבנית
(
עריכה
)
יחידה:Arguments
(
עריכה
)
יחידה:PV-options
(
עריכה
)
יחידה:ParamValidator
(
עריכה
)
יחידה:הערה
(
עריכה
)
יחידה:פרמטרים
(
עריכה
)
תפריט ניווט
כלים אישיים
לא בחשבון
שיחה
תרומות
יצירת חשבון
כניסה לחשבון
מרחבי שם
דף
שיחה
עברית
צפיות
קריאה
עריכה
עריכת קוד מקור
גרסאות קודמות
עוד
ניווט
עמוד ראשי
שינויים אחרונים
דף אקראי
אולם דיונים
אתרים נוספים
חב"דפדיה העברית
חב"דציטוט
כלים
דפים המקושרים לכאן
שינויים בדפים המקושרים
דפים מיוחדים
מידע על הדף