קונטרס פוקח עורים/חלק שני: הבדלים בין גרסאות בדף

מ
הפעיל הגנה על הדף "קונטרס פוקח עורים/חלק שני": הדף מושלם ולא אמורים לעשות בו שינויים ([עריכה=רק משתמשים ותיקים מורשים] (בלתי מוגבלת בזמן) [העברה=רק משתמשים ותיקים מורשים] (בלתי מוגבלת בזמן))
(יצירת דף עם התוכן "משתמש:חב"דפדי פעיל/קונטרס פוקח עורים ==פרק כט== דער עסק פרנסה איז עס זאל זיין דער האנדל באמונה זייער, היינו ניט צו נארן קיינעם אפילו אויף א פרוטה און זייער ניט באגערן איין פרעמדען גראשן, ווער עס איז איין קרעמער זאל ניט כאפען איין פאלשע מאס און קיין פאלשן ו...")
 
מ (הפעיל הגנה על הדף "קונטרס פוקח עורים/חלק שני": הדף מושלם ולא אמורים לעשות בו שינויים ([עריכה=רק משתמשים ותיקים מורשים] (בלתי מוגבלת בזמן) [העברה=רק משתמשים ותיקים מורשים] (בלתי מוגבלת בזמן)))
 
(5 גרסאות ביניים של 2 משתמשים אינן מוצגות)
שורה 1: שורה 1:
[[משתמש:חב"דפדי פעיל/קונטרס פוקח עורים]]
{{קונטרס פוקח עורים}}
 
== פרק כט ==
==פרק כט==
{{יישור טקסט|שני הצדדים|
דער עסק פרנסה איז עס זאל זיין דער האנדל באמונה זייער, היינו ניט צו נארן קיינעם אפילו אויף א פרוטה און זייער ניט באגערן איין פרעמדען גראשן, ווער עס איז איין קרעמער זאל ניט כאפען איין פאלשע מאס און קיין פאלשן וואג, וכש"כ ניט צו פארלייקענען און ניט מטעה זיין און פשיטא ניט אויף צו עסען פרעמדע געלט, זעהן צו באצאלן אלטע חובות אין דער צייט חאטש עס איז אים זייער איינג, דער וואס צאלט ניט ווערט ער אנגערופען רשע אזוי ווי אין די עבירות חמורות פון ניאוף כמ"ש לוה רשע ולא ישלם ווי עס שטייט אין די עשה"ד לא תרצח ולא תנאף לא תגנוב, רציחה הארגענען און גזילה גזלענען געלט איז גלייך, ווארום די געלט די ביסל וואס דעם לעבען דערהאלט נעמט מען אוועק איז אזוי ווי רציחות נפשות רבות וואס זיי היינגען אן דעם, בכן דארף מען בעסער זעהן צו דערהאלטן נפשות רבות, און פארקערט ווערט ער אן גאר זיין תשובה על ח"נ.

==פרק ל==
== פרק ל ==
אדרבא דער בעל תשובה דארף זעהן צו טאן גרויסע גמ"ח מיט לייטן וויפל זיין יכולת איז, והעיקר צו דער הערן דעם רחמנות און דאס איינגקייט פון עניים און אפילו פון עשירים אין זייער איינגקייט און זאל ניט האבן קיין שטארקע הארץ און ניט קיין שלעכטע אויגען ח"ו, אדרבא נאר גרויס רחמנות האבן און ניט אנדערש, בכן דארף מען זעהן צו זיין תקון וכפרה על החטאים צו דערהאלטען נפשות רבות מיט גרויסע התאמצות און גרויסע חסדים וואס ער קען טאן, גיין און טאן און ריידען וויפל ער קען און אין זיין געלט זייער מותר זיין נאך זיין פארמעג, נאר זיין מגמתו און זיין נפש זאת כל ימיו רק ליגן אז נאר ער זאל טאן נפשות רבות טובות וחסדים רבים, ומכש"כ אין מו"מ זאל ח"ו פון זיין האנט ניט ארויס גיין קיין עולה אדרבא נאר עס זאל זיין געלט אריבער גיין וויפל ער קען טראגן ווען דאס איז זייער אנגעלייגט פאר השי"ת, כמ"ש בחסד ואמת יכופר עון, והשי"ת וועט אים בודאי בעצאלן ווי זיינע מדות בכפלים כמ"ש אזוי ווי עס שטייט כל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים.

==פרק לא==
== פרק לא ==
ובפרט אז מען טוט אכזריות מיט איין עני ואביון ומדוכא אדער מיא איז אים נוגש ביז ער גיט דעם איבעריגען קלייד, דערויף שטייט אז זיין צעקה גייט זייער ארויף כמ"ש והי' כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני, אדרבא דארף מען זעהן אז ער זאל האבן איין הילף צו זיין לעבן ניט צו לאזן אים פאלן וכש"כ זיינע קינדער זאל מען זעהן העלפן ארויסצוגעבן, ובפרט הכנסת כלה איז זייער איין גרויסע מצוה, און ניט איין האלטן די האנט אין געבן אדרבא צו געבן מיט גרויס שמחה ונדבת לב כמ"ש ולא ירע לבבך וכו', די צדקה וחסד גייט פאר דעם מענטשן בשעת ער איז אין עולם האמת כמ"ש צדק לפניו וכו' והלך לפניך צדקך וכו', וואס דו טוסט בעוה"ז גייט פאר דיר לעוה"ב אין ג"ע און איר זאלט מלביש ערומים זיין כמ"ש כי תראה ערום וכו'.

==פרק לב==
== פרק לב ==
וכש"כ זיינע אייגענע קרובים, ובפרט זיין אב ואם און זיינע ברידער און שוועסטער זאל ער זעהן אויסצוהאלטן זיי ווי זיינע יכולת איז ע"פ חיוב ומצוה של תורה, וכש"כ ניט איין האלטן די האנט כמ"ש וחי אחיך עמך וכו' ומבשרך אל תתעלם וכו', ואפילו קרובים ווייטע זאל מען דערהאלטן און אויס צו געבן זייערע קינדער אדער צו העלפן זיי מיט גאר דעם כח ויכולת, און דאס אויך משגיח צו זיין אויף די קראנקע, וואס זייער לעבן היינגט אויף איין האר וואס ווערט אנגערופן בקור חולים פון עניים, און בע"ב וואס זיינען זייער אראפגעפאלן איז נאך מער מצוה וועט ער פאר דער מצוה איין כפרת עון האבן, ובפרט אז ער טוט די חסדים בסתר וכו', וכן איז דער וואס ווארפט אריין אין צדקה פושקע פאר שלאסענערהייט דאס וואס ווערט אנגערופן מתן בסתר וואס מען גיט אין דער פינסטערניש אין בית המדרש פארן דאוונען אדער ביי זיך אין דערהיים פארן עסן, צו האבן גרויס בטחון אין השי"ת בשעת אז מי איז זיך עוסק אין פרנסה חאטש מי איז זייער צוטראגן און מיט גרויס יסורים און מיט גרויס דוחק ביז דער כח און געזונט ענדיגט זיך, דאס ווערט גערופן מיצוי הנפש, אזוי ווי היינטיגע צייטן איז אזוי גרויסע דלות ר"ל, און א ווייטאק אין גרויס לחץ ודוחק פון אלץ, פון דעסטוועגן זאל מען שטארק בטחון האבן אויף השי"ת אז ער איז א גרויסער רחמן וחסדן, ער איז משגיח זייער און צו מפרנס זיין אלע מענטשן מיט חסד און גיט אים ברכה והצלחה. און וואס מיא טוט איין עסק חאטש דאס איז זייער בדוחק און זייער קליין, דעם בטחון צום אמת הערט השי"ת און שיקט צו איין ברכה והצלחה ניט לפי"ע אזוי ווי עס בדוק ומנוסה.

==פרק לג==
== פרק לג ==
פארקערט די וואס מיינען אז זייער גרויסע מיהע מיט גרויסע התאמצות אין זייער שטארקע עבודה און צו היטן איינצוהאלטן די האנט פון צו געבן צדקה, און פארגעסט גאר אויף השי"ת אז ער איז דער משגיח און מפרנס באמת, מחמת ער פאר לאזט זיך גאר ניט אויף בטחון נאר אויף זיך, זעהט מען במוחש אז פון זיין געלט ווערט גאר נישט, עס וועט כלה ווערן גאר אין פרעמדע ערטער עס גייט נאר לאיבוד אפילו זיינע קינדער קומט גארנישט אן זיי זיינען עניים, און מכש"כ דיא וואס האבן גיגאזלט עניים אדער מיט גרויס רווחים גיליהען וואס איז מעהר פון קרן, אדער ער האט פיל מענטשן גרויסע עוולות גיטאהן במו"מ און מכ"ש ער האט פיל אנגעזעצט בכוונה, אויף דעם זאגט דער נביא אז זיין תפלה נעמט מען ניט אהן און השי"ת קען ניט זעהן די הענט וואס האבן בלוט כמ"ש ידיכם דמים מלאו אזוי ווי רציחה ממש.

==פרק לד==
== פרק לד ==
די דארפס לייט זייער עסק איז מיט ערלים תמיד, זיי זיינען זייער אפגעריסן פון אידישקייט און פון דעם ווערן זיי אריין געפאלן אין תאוות און אין גראבע עבירות עם נכריות ר"ל, און מחמת זיי זיינען ניט צו געקלעפט מיט יהודים כשרים ובפרט אין די מקומות הרחוקים וואס יהודים זיינען דארטן ניט פאראן אזוי ווי עס איז ידוע. בכן אין די עצה זיי זאלן זיך האלטן ערליכע מלמדים לומדים, זיי זאלן מיט זיי לערנען ספרי מוסר און אויס ריידן די הארץ, און זאלן צדקה טאן מיט עניים און עוברים ושבים תמיד, און זאלן זעהן אלע שבת אין איין מנין זיין, קאן זיין אז זיי זאלן מעהר צדקה טאן עם עניים און מעהר תשובה טאן אזוי אויך זיי זאלן ניט נעכטיקן בא ערלים.

==פרק לה== נאר דאס וואס איז גרויסע מלשינות געווארן בעוה"ר איינער דעם אנדערן צו מסר'ן און וויל אפנעמען זיין ביסל פרנסה און מחי', דערפון קומט אויף זיי צרות פון די שררות און זיי זיינען פארטריבן געווארן, און אזוי איז פון שנאה און מחלוקת אין שטאט וואס איש את רעהו וויל דערשלינגען אין פרנסה, ובפרט סכומות (?) ווארפן זיי אויף דעם פרעמדן נאר זיך צו היטן ניט צו געבן אפילו פרוטה אחת, און טוען גרויסע נגישות ואכזריות לעניים ודלים ארויסנעמען טירן און פינסטער און קיסענס און פערענעס, פון דעם ווערן זיי בדלות אין פרנסה און אין בנים ר"ל, און ווערן זייער גיקוועצט אין גרויסע הוספות פון שררה און זיי קענען ניט דערהאלטן, און גאט ב"ה איז ניט פאראן אין הארצן ממילא גייט מען אריין אין א פאסטקע אלע די מחשבות רעות וואס דער פון ווערט מקטרגים רעים, אויבן און אונטן וואס זיי זיינען שלוחי הדין צו שלאגן אין פרנסה און אין בנים ר"ל. וזהו ומצאוך צרות רבות ורעות ואמר ביום ההוא הלא על כי אין אלקי בקרבי מצאוני הרעות האלה, וזהו תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב דוקא ועבדת את אויבך וכו' וד"ל, השי"ת זאל אראפנעמען פון זיי דעם רוח שטות וואלט בודאי זיין אלדי ברכות והצלחות.
== פרק לה ==
נאר דאס וואס איז גרויסע מלשינות געווארן בעוה"ר איינער דעם אנדערן צו מסר'ן און וויל אפנעמען זיין ביסל פרנסה און מחי', דערפון קומט אויף זיי צרות פון די שררות און זיי זיינען פארטריבן געווארן, און אזוי איז פון שנאה און מחלוקת אין שטאט וואס איש את רעהו וויל דערשלינגען אין פרנסה, ובפרט סכומות (?) ווארפן זיי אויף דעם פרעמדן נאר זיך צו היטן ניט צו געבן אפילו פרוטה אחת, און טוען גרויסע נגישות ואכזריות לעניים ודלים ארויסנעמען טירן און פינסטער און קיסענס און פערענעס, פון דעם ווערן זיי בדלות אין פרנסה און אין בנים ר"ל, און ווערן זייער גיקוועצט אין גרויסע הוספות פון שררה און זיי קענען ניט דערהאלטן, און גאט ב"ה איז ניט פאראן אין הארצן ממילא גייט מען אריין אין א פאסטקע אלע די מחשבות רעות וואס דער פון ווערט מקטרגים רעים, אויבן און אונטן וואס זיי זיינען שלוחי הדין צו שלאגן אין פרנסה און אין בנים ר"ל. וזהו ומצאוך צרות רבות ורעות ואמר ביום ההוא הלא על כי אין אלקי בקרבי מצאוני הרעות האלה, וזהו תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב דוקא ועבדת את אויבך וכו' וד"ל, השי"ת זאל אראפנעמען פון זיי דעם רוח שטות וואלט בודאי זיין אלדי ברכות והצלחות.

==פרק לו==
== פרק לו ==
דער בעל תשובה דארף זיך זעהן קובע עתים לתורה זיין מיט א חבר אחד טוב ווי צו לערנען אדער צו הערן גוטע אגדות פון עין יעקב בין מנחה למעריב, ווארום נאך צו גיין אין דרך הישר דארף מען מיט גרויס חשק צו זוכן דאס אזוי ווי מען זוכט דעם לעבן, און באלד נאך מעריב צו לערנען אין ספרי מוסר וכה"ג, און זאל ניט גיין מיט חבורות מענטשן וואס זיי זיינען פוסטע לייט און ריידן דב"ט און הוללות וליצנות כמ"ש אשרי האיש אזוי וואויל דעם מענטשן אשר לא הלך בעצת רשעים וואס ער איז ניט געגאנגען אין דער עצה פון די רשעים צו זיין, ובדרך חטאים לא עמד די שלעכטע וועגן וואס חטאים גייען דארטן לא עמד איז ער ניט געשטאנען, ובמושב לצים דאס זיינען די קלים וואס אין ליצנות והוללות וניבו"פ זיי זיינען ערגער פאר די חטאים ורשעים דאס זיינען אפיקורסים זיי בריינגען צו אל דאס שלעכטס, נאר כי אם בתורת ה' חפצו וכו' מי זאל זיך מדבק זיין עם לומדי תורה און זאל לערנען תורה מיט זיי, וועלן זיי אריינפירן אים און צו קלעפן צו דרך הישר, היינו ווארום מחמת די ווערטער פון ד"ת און מוסר גייט אריין אין מוח און אין הארץ, און איטליכער וואס רעט פון דער תורה און מוסר נעהמט אים די נשמה, אזוי ממילא ווערט מען נאך געצויגן נאך השי"ת מיט גאר דעם הארצן און מי ווערט ריין פון אלע מחשבות רעות און די הארץ ווערט אויך ריין, דאס איז דער היפך פון דרך רשעים וחטאים ולצים, בכן איז דאס פון די גרויסע יסודות צו דעם וואס וויל צום אמת גיין אין דרך הישר בתשו"ש, דאס איז דער עיקר תשובה אפ צו קערן פון שלעכטס און צו קערן צו השי"ת צו גיין אין זיינע וועגן דרך הטוב והישר בתורתו ובמצותיו.

==פרק לז==
== פרק לז ==
נאך סעודת הלילה זאל מען זיך ניט לייגן באלד שלאפן, מי דארף לערנען ע"י אדער שעה"ת פון ראשית חכמה א חצי שעה ויותר, בכדי דער חימום המאכל אויף ניט בריינגען צו קרי ח"ו, און זאל לייענען די לאנגע ק"ש שעהמ"ט אין סידור איטליכן ווארט מיט גרויס הכנעה אין הארצן און זייער ערנסט כנ"ל, ווארום ווי מי ווערט אנטשלאפן פירט מען די נשמה אין מקום הטומאה וואוהין ער האט זיך געצויגן אין גאנצן טאג מיט די הרהורים און מחשבות שלעכטע וואס ווערט אנגערופן לבושים צואים, און די קליפות הטמאות זיינען אים מטמא מיט שלעכטע חלומות פון ניאוף ר"ל ביז ער צו קרי ח"ו, בכן דארף מען לייענען די ק"ש מיט איין הרהור תשובה, היינו ארויס צונעמען פון דעם שרש דעם רצון אין מח' וואס מען האט אריין געלייגט אין שלעכטס. וזהו דאס איז דער עיקר הכוונה פון ק"ש אז מי זאגט יה"ר שתשכיבני לשלום ואל יבהלוני חלומות והרהורים רעים ולא אישן המות דאס איז דער מות דקליפות וואס זיי זיינען ממית די נשמה ר"ל.

==פרק לח==
== פרק לח ==
בכן דארף מען זעהן און זיך פארן שלאף זייער צובראכן ווערן מיט איין אמת און זאל זיך דערמאנען אויף אלע חטאים וואס מען האט פון קינדווייז, אויף איטליכער מעשה און הרהור, און זאל מיט זיך איין גוטען חשבון מאכן און ניט גרינג מאכין זיך און זאל האבן אויף אין אמת לב נשבר ונדכה, דאס הייסט איין פארדרוס עס זאל אים זייער פארדריסן אין פינטל פון הארצן ביז מי זאל וויינען אויף איין אמת בדמעות טרערן, און איטליכער טרער ווערט געציילט פאר השי"ת און נעמט אן זייער לנחת ולרצון און איז מוחל וסולח באמת אויף עבר אפ צו מעקן כל החטאים, און מיט די טרערן זאל מען דעם פנים אפוואשן ווערט בודאי דער פנים בצלם אלקים וואס מי האט פוגם געווען ווערט ער פאריכט ווערן, אזוי ווי דוד הע"ה האט געזאגט אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערסי אמסה וכו', און ווען עס איז נישט דער לב נשבר ביז טרערן זאל מען עכ"פ אויף איין אמת א קרעכץ טאן, די קרערכצן און די זיפצן אז עס איז מקירות הלב צו ברעכט אים די קליפות וואס איז נדבק געווארן אין דער נשמה וגוף און וועט שוין אים מטמא (?) זיין ח"ו, וועט דאס בודאי אן גענומען ווערן פאר השי"ת, ובפרט אז ער זאגט די וידוי זאל ער מקבל זיין ד' מיתות ב"ד ווי ער וויטש (?) פון זיינע עבירות, דער עיקר איז בשעת אז מען זאגט דעם פסוק בידך אפקיד רוחי, אין דיין האנט השי"ת גיב איך אוועק מיין רוח ונשמה זאל ניט זיין צו די קליפות און דו זאלסט מיך אויסלייזן מיט גרויס רחמנות וכו' ווי מי זאגט דריי מאל דעם פסוק בידך אפקיד רוחי ווערט מען אויסגעלייזט.

==פרק לט==
== פרק לט ==
דוד הע"ה האט געזאגט אם זכרתיך על יצועי אז איך האב זיך אויף דיר דער מאנט אויף מיין בעט פארן שלאף דהיינו בק"ש שעהמ"ט ובפרט בפסוק בידך אפקיד רוחי אזי גם באשמורות אהגה בך אין דער פרי ווי מי שטייט אויף גייט די מח' ורצון מיט זיין הארצן נאך דיר, ווארום ווי מי לייגט זיף אויפן בעט אזוי מיט דעם שטייט מען אויף מיט איין לב נשבר ונדכה באמת, און ווי מי דער מאנט זיך צו השי"ת פארן שלאף אזוי שטייט מען אויף מיט א לב נשבר ונדכה באמת און מיט איין רצון צו קעהרן זיך צו השי"ת בתפלה ווארום די קליפות הטמאות האבן אפ גיטראטן בשעת מי האט גיוויינט און גיקרעכצעט אין ק"ש שעהמ"ט כמ"ש דוהע"ה יגעתי באנחתי אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערסי אמסה וכו' סורו ממני כל פועלי און כי שמע ה' קול בכיי אזי תפלתי יקח וכו' יבשו ויבהלו מאד כל אויבי וכו' דעריבער דארף איין ת"ח זאגן דעם פסוק בידך אפקיד רוחי בכדי לעורר זיין על נפשו ער זאל ניט אריין אין היכלות הקלי' פון די הרהורים רעים וואס קיינער איז ניט ניצול געווארן פון זיי פאר בייגייענדיק ניט מיט איין כוונה לכתחלה, דארף מען דעריבער אויף שטייענדיג זאגן שלא עשני גוי ועבד וכו'.

==פרק מ==
== פרק מ ==
דהיינו עס איז ניט צו גיקלעפט אין דער נשמה פון די קלי' הטמאות וכו' ביז מי קאן זאגן נשמה שנתת בי טהורה היא, זי איז ריין פון קליפות הטמאות ווארום מי האט געזאגט בידך אפקיד רוחי וכו' ע"כ זאגט מען ברוך אתה ה' המחזיר נשמות לפגרים מתים וכו', דען דער גוף איז איין פגר מובס אהן דער נשמה והשי"ת איז מחזיר די נשמות אפ גערייניגט פון די לבושים הצואים וכו', בכן דארף מען אין שמחה זיין אזוי ווי מען גייט ארויס פון א תפיסה און פון אפילה לאור דעריבער זאגט מען פוקח עורים ומתיר אסורים וכו' גלייך ווי מי איז ניי געבארן אלע טאג, כמ"ש חדשים לבקרים רבה אמונתך, אלע אין דער פרי שיינט אריין א כח ואור חדש פון דער נשמה אין גוף שנק' אמונתיך מיט דעם גרויסן כח קען מען דאוונען מיט איין אמת הארץ, און צו זיין איין גאנצן טאג אין סו"מ באמת, בכן דארף דער דאוונען זיין מיט א חדוה מצד אלקות וואס מי איז צוגיקלעפט מחמת דער נשמה הטהורה כו' און אין מרירות און אין בכי' דארף מען זיין מחמת דעם גוף וואס ער איז זייער מגשם פון אלע תאוות רעות זאל מען דערפון גרויס בושה ושפלות האבן און פון דעסטוועגן זאל מען זאגן דעם ווארט בשמחה ובטוב לבב אז השי"ת איז אריין אין הארצן באמת קאן קיין שלעכטס ניט אריין קיין מאל.

}}
[[קטגוריה:קונטרס פוקח עורים]]