קונטרס פוקח עורים/חלק ראשון: הבדלים בין גרסאות בדף

אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
==חלק ראשון==
'''פרק א)''' בבקר אין דער פרי באלד ווי ער שטייט אויף זאל די ערשטע מחשבה ורצון זיין אין הרהור תשובה, היינו צו דערמאנען זיך כל החטאים און אלע די שלעכטע הרהורים וואס ער האט אין זיך. נאך דעם זאל ער זאגן תהלים תיכף ומיד מיט איין לב נשבר ונדכה מאד זייער צובראכן גאנץ טיף אין הארצן בתכלית און ניט געמאכטע צובראכענקייט.

'''פרק ב)''' דער היפוך איז ווי מען הויבט אן אריין צו לייגן זיך די ערשטע מחשבה ורצון אין שלעכטע זאכן און בפרט אין תאות ניאוף און אנדערע שלעכטס פירט ער זיך אין עומק הרע אז ער ווערט נאך געפירט א גאנצן טאג ווארום די ערשטע מחשבה ורצון איז נאר דער עיקר. בכן זאל מען תיכף ומיד נעמען זיך צום הארצן און זאגן תהלים און בפרט דעם קאפיטל נ"א ער איז א גרויסער תיקון פאר די עוברי עבירות חמורות דהיינו אשת איש און דאס גלייכן.

'''פרק ג)''' כל לבבות דורש ה', איז טייטש השי"ת זעט נאך אויף די נקודת הלב אויפן פינטל פון אמת אין איטלעכינס הארצן ווי זי איז מיט גאר דעם אמת און ווי די צובראכענקייט איז אין הארצן צי זי איז צום תכלית און ניט פון אויבן, אזוי ווי דער פסוק זאגט קרוב ה' לנשברי לב וגו' דהיינו ווער עס האט איין טיפע מרירות הלב און עס (ער?)''' איז באמת זייער צובראכן תמיד אין פינטל פון הארצן פון זיינע חטאת נעורים וכו' און וויל איין תקומה האבן ער זאל זיין נפש ניט פארלירן ח"ו, דעם העלפט השי"ת און גיט אים גרויס הילף תשובה צו טאן היינו ער שטארקט אים זייער אין זיין דעה און אין זיין הארץ ווי ער געלוסט אין דער מחשבה אזוי גיט ער אים א גאנצן טאג און איז א סור מרע בפועל ממש, אויך אין דער מחשבה ורצון קערט זיך אפ זיין הארץ פון אלע שלעכטס אפילו ניט צו קוקן מיט די אויגן אויף וואס מען טאר ניט און ווי דאס איז בדוק ומנוסה.
'''פרק ג)''' כל לבבות דורש ה', איז טייטש השי"ת זעט נאך אויף די נקודת הלב אויפן פינטל פון אמת אין איטלעכינס הארצן ווי זי איז מיט גאר דעם אמת און ווי די צובראכענקייט איז אין הארצן צי זי איז צום תכלית און ניט פון אויבן, אזוי ווי דער פסוק זאגט קרוב ה' לנשברי לב וגו' דהיינו ווער עס האט איין טיפע מרירות הלב און עס (ער?) איז באמת זייער צובראכן תמיד אין פינטל פון הארצן פון זיינע חטאת נעורים וכו' און וויל איין תקומה האבן ער זאל זיין נפש ניט פארלירן ח"ו, דעם העלפט השי"ת און גיט אים גרויס הילף תשובה צו טאן היינו ער שטארקט אים זייער אין זיין דעה און אין זיין הארץ ווי ער געלוסט אין דער מחשבה אזוי גיט ער אים א גאנצן טאג און איז א סור מרע בפועל ממש, אויך אין דער מחשבה ורצון קערט זיך אפ זיין הארץ פון אלע שלעכטס אפילו ניט צו קוקן מיט די אויגן אויף וואס מען טאר ניט און ווי דאס איז בדוק ומנוסה.

'''פרק ד)''' די צייט ווען דער בעל תשובה זאל זיך צוברעכן די הארץ איז צוויי צייטן. איינס פארן שלאף היינו דוקא אז ער זאגט קריאת שמע על המטה, און בשעת ער זאגט די ווידוים זאל ער זיך דערמאנען אלע זיינע חטאות נעורים אלעס בפרטות מיט איין חשבון ברור און זאל בא זיך איין הסכם מאכן זייער שטארק אז ווייטער להבא זאל ער דאס ניט טאן ח"ו, ווארום דער עיקר תשובה איז נאר דוקא עזיבת החטא בפועל דאס איז מען זאל אוועק ווארפן די ערשטע מעשים רעים וחטאים אזוי ווי דער פסוק זאגט יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וכו', און דער וידוי בלב נשבר באמת איז איין גרויסער חיזוק מען זאל באמת תשובה טאן אויף אייביג, און נאך איין פעולה איז פון אמיתית הוידוי בלב נשבר אז מען האט מן השמים אויף אים גרויס רחמנות צו העלפן אים און מוחל וסולח זיין כל החטאים ועוונות שלו אויף עבר, אזוי ווי אין פסוק שטייט ומודה ועוזב ירוחם, דער וואס איז מודה דוקא ועוזב בפועל ממש ירוחם ווערט ער דערבארעמט היינו גרויס רחמנות אויף זיין נשמה זי זאל ניט פארפאלן ווערן אין קליפות הטמאות ח"ו.

שורה 19: שורה 21:
'''פרק יוד)''' עוד נאך איין זאך איז פאראנען אין די שרשים פון תשובה שלמה באמת היינו מען זאל ניט זיין אין הוללות און ליצנות הנקרא בלשון אשכנז פרייליכקייט אין הארץ מיט ליצנות, היינו דאס איז איין צולאזענקייט אין הארצן איין צולאזענע הארץ צו ריידן פיל צו טאן תאוות עולם הזה און צו פרעסן און צו זויפן פיל, נאך צוגעבן די הארץ אין פריסטקייט און פרייליכקייט וואס דאס איז גאר דער היפך פון תשובה, ווארום ווער עס איז באמת צו בראכן פון זיינע חטאת נעורים והרהורים רעים וחטאים ואפילו מן עון קרי מוציא זרע לבטלה ר"ל, ווי קאן ער אזוי איין חוצפה האבן צו ריידן פיל דברים בטלים של הוללות נארישקייט ווען אפילו עס איז ניט ניבול פה און נאך צו געבן זיך אין עסן און טרינקען. ער דערמאנט זיך ניט זיינע מעשים רעים וחטאים וואס ער דארף האבן זייער פיל סיגופים ותעניתים כדי ער זאל פאריכטן זיין נפש, און ער נעמט נאך און איז מוסיף אויף זיך צו פארלירן דעם נפש לגמרי מיט דיזע פרישקייט והוללות ותאוות רעים וואס זיי וועלן אים ווייטער בריינגען צום ערשטן, אז זאל אים שוין גאר ניט העלפן ער זאל קיין מאל ניט האבן איין לב נשבר וועט ער זיין פון די דאזיגע חוטאים גדולים וואס זיי העלפט גאר קיין תשובה ניט און מען דער לאזט אים ניט צו טאן תשובה, היינו דער יצר הרע איז זיי מסית צו הוללות וליצנות אין פרישקייט און תאות רעים בכדי זיי זאלן פאר פאלן ווערן אן תשובה ח"ו.

'''פרק יא)''' און ווידער איז דער טעם באמת פון וואס מיר האבן געזאגט ווארום דער עיקר תשובה האמיתית איז די צובראכנקייט אין הארצן פון חטאות נעורים צום אמת איז בודאי דער סימן איז (אז?)''' מען קען די הארץ ניט אויף הויבן קיין מאל נאך צוגעבן זיך אין דער וועלט און אז ער קאן זיין אין הוללות וליצנות און אין אכילה ושתי' אין דאגת פרנסה צו לעבן בריוח ולא בצער איז ער בודאי ניט צו בראכן מיטן אמת נאר פון אויבן איז ער נתפעל געווארן איין וויילע און ער וועט ווידער אריין פאלן אין זיין שלעכטס בלי ספק. ועל זה האבן די חכמים געזאגט רשעים מלאים חרטות די רשעים זיינען תמיד אין חרטות, ווארום איין וויילע טוען זיי תשובה וחרטה און נאך דעם זיינען זיי ווידער חוטאים מיט דעם וואס זיי גייען בשרירות לבם כנזכר לעיל. נמצא זיינען זיי תמיד אין חרטות און השם יתברך נעמט ניט צו איין בעל תשובה וואס ער איז פאלש און איז חוזר צו זיין שלעכטס מען פאר טרייבט אים אז ער זאל ניט קענען תשובה טאן אייביג.
'''פרק יא)''' און ווידער איז דער טעם באמת פון וואס מיר האבן געזאגט ווארום דער עיקר תשובה האמיתית איז די צובראכנקייט אין הארצן פון חטאות נעורים צום אמת איז בודאי דער סימן איז (אז?) מען קען די הארץ ניט אויף הויבן קיין מאל נאך צוגעבן זיך אין דער וועלט און אז ער קאן זיין אין הוללות וליצנות און אין אכילה ושתי' אין דאגת פרנסה צו לעבן בריוח ולא בצער איז ער בודאי ניט צו בראכן מיטן אמת נאר פון אויבן איז ער נתפעל געווארן איין וויילע און ער וועט ווידער אריין פאלן אין זיין שלעכטס בלי ספק. ועל זה האבן די חכמים געזאגט רשעים מלאים חרטות די רשעים זיינען תמיד אין חרטות, ווארום איין וויילע טוען זיי תשובה וחרטה און נאך דעם זיינען זיי ווידער חוטאים מיט דעם וואס זיי גייען בשרירות לבם כנזכר לעיל. נמצא זיינען זיי תמיד אין חרטות און השם יתברך נעמט ניט צו איין בעל תשובה וואס ער איז פאלש און איז חוזר צו זיין שלעכטס מען פאר טרייבט אים אז ער זאל ניט קענען תשובה טאן אייביג.

'''פרק יב)''' פון דעסט וועגן איז ניט איין חיוב אויף דעם בעל תשובה אז ער זאל זיך סגופים אן טאן און איין צו בויגן די קאפ און צו זיין גאר אן געשטעלט פון אויבן אז ער איז צו בראכן, דען דער עיקר איז די הארץ באמת. השי"ת זאגט גיב מיר דיין הארץ און דיינע אויגן וועל איך וויסן אז דו ביסט מיינער, און די חכמים זאגן אפילו אז ער וועט פאסטן מאה תעניתים איז ניט אזוי גוט ווי איין צובראכנקייט אין הארצן צום אמת, אבער ניט צו ווייזן זיך בדרך איין אנשטעל פון פרושים, אדרבה איין בעל תשובה דארף זיין אין שמחה וואס ער איז אפ געקערט געווארן פון שלעכטס צו גוט און פון מות לחיים און ניט אויף צו הויבן די הארץ צו ריידן פיל דברים בטלים, גם ער זאל א גרויסער שפל זיין פאר אלע מענטשן ווארום אלע זיינען בעסער פאר אים, אפילו אז מען וועט אים זידלען שטארק זאל ער דאס אן נעמען באהבה איין כפרה אויף זיינע עונות, און זאל ניט פרעסן און זויפן נאר ווען עס איז איין צייט דהיינו פון שמחת יום טוב און מכל שכן ניט צו זיין בהוללות וליצנות כנזכר לעיל. און זאל תמיד זיצן במקום יהודים יראים און זיך ניט מתחבר זיין צו רשעים, כמו שכתוב אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים וכו'.

שורה 41: שורה 43:
'''פרק כא)''' דאס איז א גרויסער חסד פון השי"ת צו די וואס האבן איין מאל תשובה געטאן מיטן אמת אז זיי זאלן האבן אראפ פאל אדער אין געזונט אדער אין פרנסה און אין קינדער אז זיי זאלען צובראכן ווערן כנזכר לעיל, אבער דיזע מענטשן וואס האבן קיין מאל ניט געטאן תשובה מיטן אמת נאר פון אויבן און אז איין הרהור תשובה איז אריין אין זיי אויף איין צייט און נאכדעם באלד איז די הארץ ווידער אזוי ווי פריער, אזעלכע מענטשן איז מען גאר ניט מייסר מיט יסורים אדרבה עס גייט זיי זייער גוט אין דער וועלט בכדי אז זיי זאלן קיין תשובה ניט האבן אייביג. די סימנים זיינען אזוי ווי איטליכער ווייס ביי זיך דעם אמת, ווען ער טוט תשובה באמת לאמיתו איז ער זייער צובראכן און איז אין גרויס שפלות בא זיך און איז זייער שטארק אפגעקערט פון שלעכטס, אפילו בשעת ער איז בא זיך אין איין מלחמה צו צייטן קען ער באשטיין און ברעכט דעם יצר הרע און קערט זיך אפ פון אים זייער גרינג. אך אבער ווען ער איז אין איין סיבה וואס דערפון ווערט ער נכשל און האט באלד חרטה באמת, דהיינו אז ער זיצט כמה שנים בלא אשה אן איין ווייב, אדער אז ער האט מחבר געווען זיך מיט אנשים קלים ורקים מיט שלעכטע מענטשן וואס זיי בריינגען אים אריין אין טראקטירן זויפן ממילא קומט ער צו איין עבירה אבער איין מאל און ניט מער, און באלד טוט אים די הארץ זייער וויי און וויינט און פאסט און טוט תשובה באמת און טוט שוין מער ניט, פון אלע זיינע סיבות אדער דאס גלייכן, זעט השי"ת דעם אמת און איז אים מוחל וסולח און העלפט אים אז ער זאל תשובה טאן באמת, און דער סימן להיפך איז דער וואס איז מיט איין מכשול בעבירה ווערט ער נאך געצויגן ווייטער ביסלעך ווייס ביז ער טוט זיך נאך צו גיין ממלא תאותו זיין און קומט צו אלע עבירות ביז ער קען שוין קיין תשובה טאן אויף אייביג. וזהו מה שאמרו חכמים דאס איז וואס די חכמים זאגן בדרך שאדם רוצה לילך אין דער וועג וואס איין מענטש וויל גיין מוליכין אותו פירט מען אים אריין וכן אמרו הבא לטמא פותחין לו.

'''פרק כב)''' הסדר דער פירונג פון הבעל תשובה זאל זיין אזוי, כאור הבקר גאנץ פרי ווי ער שטייט אויף זאל ער זען צו דערמאנען זיך אויף אלע זיינע חטאים כמ"ש דוד המלך ע"ה וחטאתי נגדי תמיד און זאל זאגן דעם קאפיטל נ"א מיט גאר דעם הארצן, ובפרט דעם פסוק כבסני מעוני ומחטאתי טהרני, ווען אפילו עס איז ניט פון עבירות חמורות דארף מען זאגן דעם קאפיטל דוקא, ווארום דער וואס (האט)''' נאר פוגם געווען בברית הקדש במזיד היינו מוציא זרע לבטלה בידים ח"ו איז דאס אזוי הארב ווי מיט איין נקבה כמ"ש כי השחית כל בשר את דרכו וכו' און אפילו בנעוריו פאר בר מצוה. ואם אחר י"ג שנה אז ער איז שוין א בר עונשים זאל ער פאסטן כסדר און זאל זאגן דעם קאפיטל הנזכר לעיל אלע טאג, און אלע מאנטיג און דאנערשטאג און אלע ערב ראש חדש אחר תפלת המנחה זאל ער זאגן על חטא און ועל חטאים שאנו חייבים וכו' זאל ער זיך דערמאנען אלע זיינע חטאים און זאל בעטן מחילה און סליחה פון השי"ת.
'''פרק כב)''' הסדר דער פירונג פון הבעל תשובה זאל זיין אזוי, כאור הבקר גאנץ פרי ווי ער שטייט אויף זאל ער זען צו דערמאנען זיך אויף אלע זיינע חטאים כמ"ש דוד המלך ע"ה וחטאתי נגדי תמיד און זאל זאגן דעם קאפיטל נ"א מיט גאר דעם הארצן, ובפרט דעם פסוק כבסני מעוני ומחטאתי טהרני, ווען אפילו עס איז ניט פון עבירות חמורות דארף מען זאגן דעם קאפיטל דוקא, ווארום דער וואס (האט) נאר פוגם געווען בברית הקדש במזיד היינו מוציא זרע לבטלה בידים ח"ו איז דאס אזוי הארב ווי מיט איין נקבה כמ"ש כי השחית כל בשר את דרכו וכו' און אפילו בנעוריו פאר בר מצוה. ואם אחר י"ג שנה אז ער איז שוין א בר עונשים זאל ער פאסטן כסדר און זאל זאגן דעם קאפיטל הנזכר לעיל אלע טאג, און אלע מאנטיג און דאנערשטאג און אלע ערב ראש חדש אחר תפלת המנחה זאל ער זאגן על חטא און ועל חטאים שאנו חייבים וכו' זאל ער זיך דערמאנען אלע זיינע חטאים און זאל בעטן מחילה און סליחה פון השי"ת.

'''פרק כג)''' ער זאל זאגן תהלים אלע טאג פארן דאוונען דאס וואס שטייט דרינען דער ענין פון תשובה זייער ערנסט, און זאל דאוונען אין סידור מיט גרויס הכנעה ובושה בשעת אז ער שטעלט זיך פאר השי"ת און זאל זאגן אין סידור איטליכן ווארט מיט גרויס הכנעה אין הארצן, און זייער ערנסט איין שבח והודי' צו געבן צו השי"ת וואס ער איז מקורב געווארן צו השי"ת און איז ניט פאר שטויסן געווארן אין שלעכטס ח"ו, און דערפון זאל ער זיין אין שמחה בשעת ער זאגט פסוקי דזמרה פון ברוך שאמר ביז ק"ש ושמונה עשרה, נאר פאר ברוך שאמר זאל ער זיך זייער אראפ ווארפן פאר השי"ת מיט גרויס שפלות און מיט גרויס בושה פון זיינע חטאים, און דאס האבן די חכמים געזאגט אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש, מען זאל זיך ניט שטעלן דאוונען נאר איין געבויגן די קאפ מחמת גרויס בושה פון חטאת נעורים וואס איטליכער מענטש ווייס בא זיך זייער גוט, און זאל זיין ניט גענארט און ניט גרינג צו מאכן זיך דאס.

שורה 47: שורה 49:
'''פרק כד)''' אין שמונה עשרה אין דער ברכה סלח לנו זאל דער בעל תשובה גוט דער מאנען זיך אויף אלע זיינע חטאים און זאל בעטן סליחה ומחילה אויף זיך אליין, און בפרט נאך דער ברכה פון השיבנו אז מען בעט והחזירנו בתשובה שלימה לפניך זאל ער מקבל זיין אויף זיך צו טאן תשובה שלימה, און השי"ת איז בודאי מקבל זיין גיבעט אזוי ווי מיר זאגן הרוצה בתשובה, וכן כתוב וימינך פשוטה לקבל שבים נאר די וואס ווילן מיטן אמת דוקא. און אין דער ברכת רפאינו זאל ער מכוון זיין צו השי"ת אז ער זאל היילן דעם חולי הנפש וואס ער האט זייער פוגם געווען מיט זיינע עבירות זאל זיין נפש ניט שטארבן ברוחניות פון איר שרש כנזכר לעיל. און אין דער ברכה ולמלשינים זאל ער מכוון זיין אויף אלע שלעכטע מקטריגים וואס ער האט אויף זיך אן געפירט אויבן, ווארום פון איטליכע שלעכטס ווערט איין מלאך רע המקטרג וואס ער שטראפט אים בגשמיות אין פרנסה און אין געזונט מכל צרה שלא תבא כמו שכתוב תיסרך רעתך, זאל ער בעטן אז השי"ת זאל די מקטרגים אראפנעמען פון אים און פון כל עם בני ישראל היינו זיי זאלן קיין תקומה האבן. און אין דער ברכה שומע תפלה זאל ער גאר זיין הארץ אוועק געבן צו השי"ת אז השי"ת זאל צוהערן זיין תפלה און זאל האבן איבער אים גרויס רחמנות, און השי"ת הערט צו בודאי אזוי ווי מיר זאגן כי אתה שומע תפלת כל פה, און בפרט צו אזעלכע וואס זייער הארץ איז זייער צובראכן פון חטאות נעורים און טוען תשובה און תפלה הערט צו השי"ת בודאי און העלפט אים אז ער זאל ווידער מקורב ווערן צו השי"ת באמת, און ממילא וועט אים השי"ת מקבל זיין ברצון השגחה צו געבן אויף זיי תמיד אין זייער אייגינס און אין אלע זאכן כמ"ש וישוב אל ה' וירחמהו און ער וועט אים היטן פון אלע צרות, נאר די תפלה אין שמע קולינו זאל זיין מקירות הלב פון טיפן הארצן מיט גרויס מרירות והכנעה בתכלית, אזוי ווי חנה הצדיקת האט מתפלל געווען וחנה מדברת על לבה והיא מרת וכו'. און אין נפילת אפים זאל דער בעל תשובה זיך נאך מער אראפווארפן און זאל אויף זיך מקבל זיין די מיתות בית דין כמו בוידוי ק"ש שעל מטה.

'''פרק כה)''' נאכן דאוונען זאל ער לערנען וואס ער קאן אפילו א פרשה חומש און א קאפיטל פון עשרים וארבע בנביאים וכתובים, א' '''פרק או חצי '''פרק משניות אדער שלחן ערוך או"ח, און זאל חזרן כמה פעמים. און ווער עס איז מער למדן זאל קובע עתים לתורה זיין צו לערנען בית יוסף עם שלחן ערוך ואחרונים בכל יום בבקר, ובכל שבוע לילה אחת זאל ער לערנען א גאנצע נאכט עד הבקר. און זאל פאסטן און זאל לערנען די מוסר וואס אין זהר הקדוש און ראשית חכמה בשער התשובה, און אז מען פאסט ביז נאך האלבן טאג ביז זייגער איינס ווערט דאס גערעכנט פאר איין תענית. און בשעת אכילה זאל מען ניט עסען מיט תאוה ווי איין בהמה ח"ו און זאל זען ניט אן צו פרעסן זיך, נאר בכדי צו דערהאלטן דעם געזונט כדי ניט נאך צוגעבן דעם חוש התאוה בתאות אכילה און זאל עסן איין גרינגע זאך של חלב עם לחם מעט כדי ער זאל דעם בויך ניט ממלא זיין, ער זאל ניט קומען פון דעם חלילה ווידער לשרירות לבו הרע חס ושלום.
'''פרק כה)''' נאכן דאוונען זאל ער לערנען וואס ער קאן אפילו א פרשה חומש און א קאפיטל פון עשרים וארבע בנביאים וכתובים, א' פרק או חצי פרק משניות אדער שלחן ערוך או"ח, און זאל חזרן כמה פעמים. און ווער עס איז מער למדן זאל קובע עתים לתורה זיין צו לערנען בית יוסף עם שלחן ערוך ואחרונים בכל יום בבקר, ובכל שבוע לילה אחת זאל ער לערנען א גאנצע נאכט עד הבקר. און זאל פאסטן און זאל לערנען די מוסר וואס אין זהר הקדוש און ראשית חכמה בשער התשובה, און אז מען פאסט ביז נאך האלבן טאג ביז זייגער איינס ווערט דאס גערעכנט פאר איין תענית. און בשעת אכילה זאל מען ניט עסען מיט תאוה ווי איין בהמה ח"ו און זאל זען ניט אן צו פרעסן זיך, נאר בכדי צו דערהאלטן דעם געזונט כדי ניט נאך צוגעבן דעם חוש התאוה בתאות אכילה און זאל עסן איין גרינגע זאך של חלב עם לחם מעט כדי ער זאל דעם בויך ניט ממלא זיין, ער זאל ניט קומען פון דעם חלילה ווידער לשרירות לבו הרע חס ושלום.

'''פרק כו)''' די חכמים זאגן פון אכילה גסה אן צושטאפן דעם בויך דערפון קומט מען צו זנות לילה, ווארום פון די תאות גשמיות אכילה גסה ווערט די הארץ גרויס און גראב זייער און דער גוף ווערט זייער פארגרעבט און מגושם און מזוהם אז דעם חימום הגוף איז אזוי ווי פון א בהמה וסוס, און דאס גאר דער היפוך פון צובראכענקייט אין הארצן און שפלות, און מכל שכן די וואס זיינען זיך מרבה בתענוגים באכילה צו עסן דאס בעסט און מיט גרויס צערעמאניע און מיט גרויס נחת והרחבת הלב אן צו טאן תענוג אפילו ער עסט אביסל דאס איז נאך מער מגושם דעם גוף דערפון ווערט דער חלב מגושם און ווערט פעט און גראב כמו שכתוב שמנת עבית וכו'. ביז אז זיין הארץ ווערט פארשטאפט לגמרי. ממילא האבן זיי ניט צייט צו האבן הרהורי תשובה קיין מאל אויף זייער לעבן. בכן איין בעל תשובה באמת זאל זען צו עסן אביסל און ניט מיט חימום בכדי ער זאל ניט קומען צום חום התאוה און קיין נחת רוח ותענוג ניט אן צו טאן זיך אין דער אכילה און ניט עסן פיל געריכט(ן)'''. ווארום איין בעל תשובה דארף זיך זייער היטן ער זאל ניט מרבה חלבו ודמו זיין פון דער אכילה. אדרבה ער דארף ממעט זיין חלבו ודמו מיט סיגופים צו פאר ריכטן דעם חום התאוה רעה פון זיינע חטאים.
'''פרק כו)''' די חכמים זאגן פון אכילה גסה אן צושטאפן דעם בויך דערפון קומט מען צו זנות לילה, ווארום פון די תאות גשמיות אכילה גסה ווערט די הארץ גרויס און גראב זייער און דער גוף ווערט זייער פארגרעבט און מגושם און מזוהם אז דעם חימום הגוף איז אזוי ווי פון א בהמה וסוס, און דאס גאר דער היפוך פון צובראכענקייט אין הארצן און שפלות, און מכל שכן די וואס זיינען זיך מרבה בתענוגים באכילה צו עסן דאס בעסט און מיט גרויס צערעמאניע און מיט גרויס נחת והרחבת הלב אן צו טאן תענוג אפילו ער עסט אביסל דאס איז נאך מער מגושם דעם גוף דערפון ווערט דער חלב מגושם און ווערט פעט און גראב כמו שכתוב שמנת עבית וכו'. ביז אז זיין הארץ ווערט פארשטאפט לגמרי. ממילא האבן זיי ניט צייט צו האבן הרהורי תשובה קיין מאל אויף זייער לעבן. בכן איין בעל תשובה באמת זאל זען צו עסן אביסל און ניט מיט חימום בכדי ער זאל ניט קומען צום חום התאוה און קיין נחת רוח ותענוג ניט אן צו טאן זיך אין דער אכילה און ניט עסן פיל געריכט(ן). ווארום איין בעל תשובה דארף זיך זייער היטן ער זאל ניט מרבה חלבו ודמו זיין פון דער אכילה. אדרבה ער דארף ממעט זיין חלבו ודמו מיט סיגופים צו פאר ריכטן דעם חום התאוה רעה פון זיינע חטאים.

'''פרק כז)''' עוד נאך איין זאך איז פאראנען וואס דערפון על פי רוב איז די סיבה וואס בעלי תשובות זיינען חוזר לסורם הרע און ווערן ווידער נכשל אין זייער שלעכטס נאך מער אז פון תענוג האכילה שנקרא זולל, ומשקה הנקרא סובא ער האט גרויס תאוה צו טרינקען פיל שטארקע משקה וואס זי איז זייער מחמם און צינט און ברענט דאס הארץ און גאר דעם גוף איז דאס זייער מחמם, אזוי ווי די משקה יי"ש אז מען טרינקט אביסל מער ווי די מאס איז, ווערט מען אנגיצונדן צו אלע תאות רעות, בקיצור יי"ש איז שורף הלב והנשמה דאס איז זייער מחמם די בלוט און פאר פירט דעם דעת לגמרי, אפילו די מענטשן וואס זיינען ריין פון חטאים שאט דאס זיי זייער, ווארום זיי ווערן מחומם זייער און גייען אראפ פון שכל ויראת אלקים און קומען צו פיל מדות רעות צו כעס ורציחה והגבהת לב מאד וואס השי"ת האט דאס פיינט זייער, ווי עס שטייט אין פסוק און אין פיל ספרים אז דער סובא יין איז הורג אפילו נשמות כשרים זיי קומען צו עבירות חמורות ח"ו, בכן איין בעל תשובה זאל זען ניט צו טרינקען קיין שום משקה חזק אפילו שטארקע ביר ומכל שכן יי"ש זאל ער ניט פאר זוכן ווארום עס ווערט איין רגילות צו טרינקען יי"ש פארן עסן ב' או ג' פעמים, בכן זאל ער גאר ניט פארזוכן יי"ש לגמרי אפילו קידוש והבדלה זאל ער מאכן על שכר ולא על יי"ש בשום אופן.

'''פרק כח)''' איין בעל תשובה זאל זיך פאר היטן ניט צו שלאפן בייטאג באלד נאכן עסן, ווארום דעם חום האכילה איז אין שלאף מרבה חום הדם קען ער קומען צו שלעכטע מחשבות דהיינו קרי ח"ו אדער קישוי אבר כידוע, בכן זאל ער באלד נאך דער אכילה ניט שלאפן לערך איין שעה ויותר און זיך צו ברעכן די הארץ פון דעם וואס ער פילט ביי זיך גראבקייט פון דער אכילה ושתי', און זאל זען צו טאן איין עבודה וטרחא, און ער זאל זייער שטארק זיין ביי זיך ווארום עס שטייט אז מען עסט ניט מיט תאוה און מען בענטשט ערנסט באמרו הזן וכו' ופסוק ואכלת ושבעת וברכת את ה' מען בענטשט השי"ת וואס ער איז זן ומפרנס וכו', אזוי גיט אים השי"ת אז פון דעם כח וואס פון דער אכילה דוקא זאל ער האבן גרויס כח אין די ביסל אידישקייט צו זיין איין סור מרע במעשה ובמחשבה במצות ובמעשים טובים מיט איין לב שלם. ובפרט אז מען גיט צדקה לעניים נאכן בענטשן חאטש אביסל כדי חיות דאס איז א גרויסער תקון להנשמה אז זי זאל איין געהיט ווערן פון אלע די שלעכטס. ומכל שכן צדקה תציל ממות. צדקה איז מציל פון מות הגשמי און פון מות הרוחני, כמו שכתבנו לעיל. די צדקה דארף מען געבן אין צוויי צייטן. איין צייט איז פארן דאוונען אזוי ווי דוד המלך ע"ה האט געזאגט אני בצדק אחזה פניך. און די אנדער צייט איז נאכן עסן אדער פארן עסן אזוי ווי עס שטייט אין זהר הקדוש, און ער זאל מהדר זיין צו זאגן אלע טאג מאה ברכות, און דאס למען השם אלע רגע צו דער מאנען זיך אז ער איז דער קנעכט פון השי"ת, דרום ברויכט ער מהדר צו זיין צו געפינען אלע רגע איין מצוה ועבודה צו השי"ת. דהיינו לפחות אויף צושטיין פאר איין למדן און צו זען טאמער האט ער צייט זאל ער אוועק גיין פון זיין פרנסה צו לערנען אדער זאגן פיל קאפיטליך תהלים וכיוצא בו. דער כלל איז למען השם ניט צו פארגעסן אז ער איז דער קנעכט פון השי"ת אזוי וועט ער געהאלפן ווערן פון השם יתברך צו דינען אים.

57

עריכות