ליובאוויטשער רבי'נס זכרונות פרק ב

ליובאוויטשער רבי'נס זכרונות
פרק אפרק בפרק גפרק דפרק הפרק ופרק זפרק חפרק טפרק יפרק יאפרק יבפרק יגפרק ידפרק טופרק טזפרק יזפרק יחפרק יטפרק כפרק כאפרק כבפרק כגפרק כדפרק כהפרק כופרק כזפרק כחפרק כטפרק לפרק לאפרק לבפרק לגפרק לדפרק להפרק לופרק לזפרק לחפרק לטפרק מפרק מאפרק מבפרק מגפרק מדפרק מהפרק מופרק מזפרק מחפרק מטפרק נפרק נאפרק נבפרק נגפרק נדפרק נהפרק נופרק נזפרק נחפרק נטפרק ספרק סאפרק סבפרק סגפרק סדפרק סהפרק סופרק סזפרק סחפרק סטפרק עפרק עאפרק עבפרק עגפרק עדפרק עהפרק עופרק עזפרק עחפרק עטפרק פפרק פאפרק פבפרק פגפרק פדפרק פהפרק פופרק פזפרק פחפרק פטפרק צפרק צאפרק צבפרק צגפרק צדפרק צהפרק צופרק צזפרק צחפרק צטפרק קפרק קאפרק קבפרק קגפרק קדפרק קהפרק קופרק קזפרק קחפרק קטפרק קיפרק קיאפרק קיבפרק קיגפרק קידפרק קטופרק קטזפרק קיזפרק קיחפרק קיטפרק קכפרק קכאפרק קכבפרק קכגפרק קכדפרק קכהפרק קכופרק קכזפרק קכחפרק קכטפרק קלפרק קלאפרק קלבפרק קלגפרק קלדפרק קלהפרק קלופרק קלז
חלק ג
פרק אפרק בפרק גפרק דפרק הפרק ופרק זפרק חפרק טפרק יפרק יאפרק יבפרק יגפרק ידפרק טופרק טזפרק יזפרק יחפרק יטפרק כפרק כאפרק כבפרק כגפרק כדפרק כהפרק כופרק כז

דער נסתרעריכה

איצט אז דאָס אייראָפעאישע אידענטום איז חרוב פון מלחמה, פארפאלגונגען און געצוואונגענע נאציאנאלע זעלבסט־פארלייקענונג. און דער אידישער ישוב אין ארץ ישראל איז אין צענטער פון קריג, ריידען שוין אלע וועגען דער נייער ראָלע פון די אמעריקאנער אידען. אלע אנעויקענען שוין די היסטאָרישע אויפגאבע פון די גענויע פינף מיליאן אידען אין די פאראייי־ניגטע שטאאטען. די אמעריקאנער אידען זיינען איצט פאקטיש דער שארית הפליטה פון די אידען אין די גלות לענדער און דארפען זיין זייערע ניין נייסטינע אזוי גוט ווי די מאטעריאלע יורשים.

עס איז אָבער געווען א צייט – און גאָר ניט לאנג צוריק – ויאָס די רלע פון דעם אמעריקאנער אידענטום, באזונדער אין א גייסטיגען זין, איז פאר גאָר א סך געשטאנען אונטער א פראגע־צייכען. עס זיינען געווען א סך צווייפלער און קריטיקער. זעלטען ווען איינער האָט געהאט א גוט־וואָרט פאר די אמעריקאנער אידען. זעלטען ווען איינער האָט געגלויבט אין דער גייסטיגער צוקונפט פון די אמעריקאנער אידען וועלכע זיינען תמיד געווען אריינגעטהאן צופיעל אין מאטעריאליזם, אז זיי זאלען אויך פיהלען דעם באגעהר און דעם דראנג צו גייסטיגע און העכערע באדערפענישען אין לעבען. באזונדער האָט מען געמאלען אין שווארצע פארבען די רעליגיעזע און נאציאנאל־קולטורעלע צוקונפט פון די אמעריקאנער אידען. אלץ האָט דאָ געזאָלט זיין צו פלאך, צו אויבערפלעכליך, צו קאָמערציאליזירט, צו קאָלירלאָן או און צו ס'אויך־מיין־דאגה'דיג, אז פון דאנען זאל קענען ארויסוואקסען א אידענטום וואָס זאָל זיין טראדיציאָנעל אזוי איינגעווארצעלט און גייסטיג אזוי טיעף ווי אידען זיינען געווען ביז אהער אין אלע אנדערע לענדער וואו דער גורל האָט זיי פארשטויסען.

מען האָט געמוזט זיין גאָר א גרויסער אָפּטעמיסט און גאָר א גרויסער מאמין צו זעהן א ליכטיגע, גייסטיגע צוקונפט פאר'ן אמעריקאנעם אידענטום. בלויז געצעהלטע זיינען געווען באשאָנקען מיט אָט דעם אָפּטימיזם און מיט אָט דער אמונה. מען האט געדארפט זיין פולקאָם פארקניפּט און פארבונדען מיט דעם אידישען עבר, האָבען א גענויע פארשטענדניס פון דעם גאנג פון דער אידישער געשיכטע, אז מען זאָל ניט פארלירען דעם גלויבען אין דעם היסטאָרישען גורל פון אזא גרויסען אידישען קבוץ ווי אין אמעריקא. עס האָט זיך באזונדער געפאָדערט א גענויע באקאנטשאפט און גרינדליכע פארשטענדיגונג פון דעם גאנצען צוזאמענשטעל, גייסטיג און מאטעריאל, פון די אמעריקאנער אידען, אז מען זאָל בכלל וועגען זיי קענען אורטיילען און ארויסזאָגען א באשטימטע מיינונג וועגען זייער געגענווארט און זייער צוקונפט.

עס איז דערפאר פון ספּעציעלען אינטערעס עס וואָס דער ליובאוויטשער רבי האָט נאָך מיט מעהר ווי א צעהנדליג יאהר צוריס פאָראויסגעזאָגט א

קטע זה לוקה בחסר. אנא תרמו לחב"דטקסט והשלימו אותו