לקוטי שיחות חלק לב הוספות/בהר
| לקוטי שיחות |
|---|
| חלק לב |
| ויקרא א • ויקרא ב • ויקרא ג • ניסן • צו • ערב פסח • חג הפסח • שמיני א • שמיני ב • שמיני ג • אייר • תזריע א • תזריע ב • מצורע • אחרי א • אחרי ב • קדושים א • קדושים ב • אמור א • אמור ב • אמור ג • ל"ג בעומר • בהר א • בהר ב • בחוקותי א • בחוקותי ב • הוספות: ויקרא • ניסן • י"א ניסן • חג הפסח • ספירת העומר • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • ל"ג בעומר • בהר • בחוקותי • פרקי אבות • שיחת ש"פ בחוקותי, כ"ב אייר, תשמ"ו • משיחות אחש"פ (והתוועדות שלאח"ז) תשד"מ |
בהר
ות"ח על כתבו המפורט ושימת לבבו לשלוח לי הנ"ל.
אף שאין הזמן גרמא לעיין בהענינים אודותם כותב ככל הדרוש, ובפרט לתווך למש"כ בס' לאור ההלכה וש"נ – הנה לכאורה צ"ע מפני מה בהנוגע לאילנות לא נזכר גם ענין מכירת הקרקע לזמן[1], כיון שמהמלאכות הנעשות באופן שמתאר כת"ר זקוקים לסניף ההיתר, ולדעת כמה גדולים המכירה לזמן מועלת בזה, ועי"ז יצילו גם אלו שלמרות ההוראות יעשו גם ממלאכות שלא התירו, ושבעוה"ר נמצאים הם בכ"מ, כי מלאכה גוררת מלאכה . . .
(ממכתב כ"ה תמוז, תשי"ז)
מיט גרויס פאַרוואונדערונג און נאָך גרעסערן צער האָב איך געלייענט אייער בריוו, וועלכן איר הויבט אָן מיט אַ לויב צום אויבערשטן וואָס איר רעכנט (ח"ו) פאָרן אין ארץ ישראל מיט אַ שיף וואָס אירע בעלי־בתים זיינען אידן, און דער קאַפּיטאַן און מאַטראָסן און גאַנצע מאַנשאַפט און באַדינונג זיינען אַלע אידן אָדער 99% פון זיי זיינען אידן; און איר זעצט פאָר אייער שרייבן, אַז דער זכות פון די הייליקע אבות אבותינו זאָל מצליח זיין די נסיעה!
איך וואָלט גערעכנט, אַז ס'איז איבעריק צו דערקלערן די סיבה פון מיין גרויסן צער, אָבער דער אינהאַלט פון אייער בריוו ברענגט מיר צום שרייבן וועגן דעם ווייניקסטנס געציילטע שורות, כאָטש וויפל מ'וואָלט וועגן דעם ניט געשריבן וואָלט געווען ווייניק אין פאַרגלייך מיט דער האַרבקייט פון דער זאַך. אין קורצן:
אַ נסיעה אויף אַזאַ מין סאָרט שיף – איז יעדער פאָרער, שוין אָפּגערעדט פון דער מאַנשאַפט וואָס איז באַשעפטיקט אויף דער שיף, א) מחלל שבת ב) בפרהסיא, ג) נעמט אַן אָנטייל אין חילול השם בפרהסיא (אויך פאַר אַלע גויים) וואָס ווייסן פון דאָס אויבנדערמאָנטע, ד) דאָס ווערט געטאָן אין נאָמען פון גאַנצן אידישן פאָלק, וועמענס ביישטייערונגען באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן האָט בייגעטראָגן צו דער אָפּערירונג און פונקציאָנירן פון דער שיף אום שבת.
ס'איז נאָך צוצוגעבן, אַז ס'איז אַ זעלטענע מעגלעכקייט צו מחלל שבת זיין בפרהסיא יעדן רגע פון דעם מעת־לעת פון שבת־קודש, אפילו ווען מען שלאָפט! וואָרום די שיף פאָרט דאָך אויך ווען מען שלאָפט. [דאַקעגן, זייענדיק אויף דער יבשה, וואָס פאַראַ סאָרט לעבן איינער פירט, איז ער אָבער ווייניקסטנס שלאָפנדיק ניט עובר אויף חילול שבת בפרהסיא].
דאָס אויבנגעשריבענע איז אין פולער קראַפט וואוהין די שיף זאָל ניט פאָרן און ווען זי זאָל אַרויספאָרן, אויב נאָר זי פאָרט אין מעת־לעת פון שבת. אין דעם פאַל קומט נאָך צו דאָס וואָס מ'וויל פאָרן אין אַ לאַנד וואָס אַפילו גויים רופן אָן "דאָס הייליקע לאַנד", ניט דערפאַר וואָס די יונייטעד ניישאָנס האַלט אַזוי, נאָר דערפאַר וואָס אַזוי איז געשריבן אין אונזער הייליקער תורה, וועלכע האָט פאַרבונדן דעם קיום פון ארץ ישראל ספּעציעל מיט אָפּהיטן שבת, ווי אָנגעוויזן אין פיל סדרות, צווישן זיי – בהשגחה פּרטית – אויך אין דער סדרה וואָס מ'גייט לייענען דעם שבת־קודש.
דאָס אויבנגעשריבענע איז שוין אויך אַ מאַקסימום אומגליק ר"ל, אָבער די נסיעה וועגן וועלכע איר שרייבט קומט דאָ נאָך צו אַן אומגליק אויף אַן אומגליק, וואָס אין צוגאָב צו די צוויי אָדער דריי שבתים וואָס ווי אויבנגעשריבן זיינען פאַרבונדן מיט חילול שבת בפרהסיא ח"ו, קומט אין דעם פאַל נאָך צו דער חילול פון ביידע טעג שבועות בפרהסיא, דער יום־טוב ווען עס איז געגעבן געוואָרן די עשרות הדברות, געגעבן געוואָרן מיטן גאַנצן שטורם, ווי עס ווערט דערציילט אין מדרשים, וואָס איינער פון די עשרת הדברות איז שמור את יום השבת לקדשו. מערניט וואָס מ'לעבט אין אַ צייט ווען מעגעוואוינט זיך צו צו אַלערליי אומגלויבלעכע זאַכן קען אויך פאָרקומען אַ געשעניש ווי אויבענגעשריבן, באין פּוצה פּה ומצפצף.
זעלבסטפאַרשטענדלעך ווייס איך, אַז עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס האָבן גענומען אויף זיך די אחריות – ניט וויסנדיק ווי אַזוי אַ שיף ווערט אָנגעפירט, און צו דער זעלבער צייט האַלטנדיק זיך פאַר גרויסע עקספּערטן אין דעם – און האָבן מתיר געווען דעם חילול שבת בפרהסיא וואָס ווערט אָנגעפירט אין נאָמען פון כלל ישראל. און וועדליג ווי מ'דערציילט איז צו גלויבן אַז שבת זאָל אויף דער שיף שטיין אַ איד אין אַ טלית און דאַוונען צום אויבערשטן מקדש השבת, וויסנדיק אַז בשעת מעשה ווערט די מאַשינעריי אָנגעצונדן און אָנגעפירט דורך אידן, טעלעגראַמעס ווערן געשריבן און קאָמוניקאַציעס געמאַכט, געקאָכט און געוואַשן אאַ"וו, אַלץ דורך אידן, ספּעציעל פאַר אידן, און יעדערער פון די פּאַסאַזשירן באַנוצט זיך דערמיט, ווי אויך מיט עלעקטריציטעט, וואַסער, און אַלע באַדינונגען וואָס ווערן אָפּגעטאָן מיט חילול שבת.
אָבער ס'איז אויך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז תורתנו הקדושה ווערט דערמיט ניט געענדערט, וואָרום אונזער הייליקע תורה איז אַן אייביקע תורה וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן צום אידישן פאָלק, און מענטשן קענען זי ניט ענדערן.
אַזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה האָבן אָנגעזאָגט, אַז אַ איד טאָר קיינמאָל זיך ניט מייאש זיין, וויל איך נאָך איצט ניט אויפגעבן די האָפנונג אַז איר און צוזאַמען מיט אייך נאָך פיל פיל אידן וועלן ניט טאָן דעם חילול שבת בפרהסיא און דעם חילול יום־טוב בפרהסיא, און איר וועט מבטל זיין אייער דערמאָנטע נסיעה. און גרויס איז דער זכות פון שבת צו ברענגען אייך אריכות ימים ושנים טובות, און זעלבסטפאַרשטענדלעך די עיקר'דיקע זאַך – צו האָבן אמתע אידישע תורה־נחת פון אייערע קינדער און קינדסקינדער שיחיו.
בברכה צו גוטע בשורות אין דאָס געשריבענע אויבן.
אויב מצד דעם וואָס מען איז מבטל די נסיעה אַזוי קורץ פאַרן אָפּפאָרן איז דאָס פאַרבונדן מיט אַ געלט־פאַרלוסט, איז פאַרשטייט זיך אַז נעמענדיק אין אַכט דעם גרויסן איסור בפרהסיא, וועל איך גערן אומקערן אייך די פולע סומע, מיט אַ הערצלעכן דאַנק פאַר דער געלעגנהייט מציל צו זיין אַ אידישע נשמה פון אַזאַ אומגליק ר"ל, אין צוגאָב וואָס עס איז דאָך מעגלעך אַז עס וועלן זיך געפינען נאָך עטלעכע, וועלכע וועלן ניט האָבן דעם אויסרייד אַז אויב מרת . . . פאָרט איז אַ זיכערע זאַך אַז מ'מעג, און אויך אָפּהאַלטן זיך דערפון. און ס'איז דאָך באַוואוסט, אַז מציל זיין אפילו איין אידן איז גלייך צו מציל זיין אַ גאַנצע וועלט.
צו אייער בריוו האָט איר צוגעלעגט אַ טשעק אויף צדקה אין צוזאַמענהאַנג מיט דער נסיעה. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין מיין לעבן – און איך האָף אַז איך וועל עס מער ניט דאַרפן טאָן – וואָס איך מוז אומקערן אַזאַ טשעק. אָבער עס זיך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז איך טאָר ניט האָבן קיין שייכות צו אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט חילול שבת בפרהסיא, און בפרט אַז מ'וויל אַז די צדקה זאָל צוהעלפן אין דעם חילול שבת ר"ל. דערפאַר ווערט דער טשעק דאָ אומגעקערט. איך וויל האָפן אַז איר וועט אָננעמען מיינע ווערטער, אין איינקלאַנג מיט היינטיגער סדרה – את שבתותי תשמורו גו' אני ה'.
(ממכתב כ"ה אייר, תשכ"ד)הערות שוליים
- ↑ מובן שאין כוונתי אלא שגם ימכרו לזמן (למרות החוששים ללא תחנם וכידוע דעת החולקים עליהם) אבל לא שיתירו עוד מלאכות – כיון שלא בא זה אלא לסניף.