שיחת ליל שמחת תורה תשנ"ב - מוגה
משיחות ליל שמחת תורה קודם הקפות ה'תשנ"ב
א. שמחת תורה האָט אַ שייכות מיוחדת מיט דער גאולה האמיתית והשלימה1 ע"י משיח צדקנו2 – ווי מ'זאָגט עס אין דעם פיוט "(שישו ושמחו בשמחת תורה)"מבשמחת תורה נאָך קריאת התורה: "אגיל ואשמח בשמחת תורה בא יבוא צמח3 בשמחת תורה"4.
דאָס איז אויך מרומז אין די פסוקים וואָס מ'זאָגט פאַר הקפות ("שמביאים טעמים על השמחה"5) – פון "אתה הראת" ביז "כי מציון": דער סיום – דער לעצטער – פון די אַלע י"ז (י"ז בגימטריא טוב, "אין טוב אלא תורה"6) פסוקים איז "כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים"7, וואָס דאָס איז אַ נבואה וועגן ימות המשיח8.
ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער תוכן פון אַלע י"ז פסוקים9, אַז זיי זיינען אַלע תלוי אין דעם סיום – "כי מציון גו'": "כי" איז (אויך) משמש בלשון "אם"10, "כאשר"11. ועפ"ז יש לפרש דעם "כי מציון גו'" שבסיום כל הפסוקים12 – אַז די אַלע ענינים וואָס שטייען אין די פריערדיקע (ט"ז) פסוקים וועלן נתקיים ווערן (בשלימותם ובמילואם) "כי – כאשר – מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים", וואָס דאָס וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה.
אָנהויבנדיק פון דעם ערשטן פסוק13 "אתה הראת לדעת כי הוי' הוא האלקים אין עוד מלבדו:" די שלימות פון "אתה הראת לדעת גו"' וואָס איז געווען באַ מתן תורה – וועט זיין לעתיד לבוא. ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניא14, אַז לע"ל וועט זיין גילוי אלקות באופן של ראי' "בלי שום לבוש" ("ולא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך"15), וואָס "כבר הי' לעולמים מעין זה בשעת מתן תורה כדכתיב אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו, הראת ממש בראי' חושיית כו'" [וואָס י"ל אַז דערמיט איז דער אַלטער רבי מוסיף ביאור ווי דורך מעשינו ועבודתינו בזמן הזה16 טוט מען אויף (דעם גילוי אלקות באופן של ראי' אין) דער גאולה], און די שלימות דערפון (וואָס באַ מ"ת איז נאָר געווען "מעין זה") וועט זיין לע"ל, ווען ("כי") "מציון תצא תורה גו'".
ועד"ז די פסוקים שלאחרי זה, וואָס בכללות זיינען זיי מבאר דעם חיבור פון אלקות שלמעלה מעולם מיט עולם17, וואָס שלימות ענין זה וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה.
און וויבאַלד אַז שמחת תורה איז פון די מועדים בחודש תשרי18, וועלכע זיינען מועדים19 כלליים על כל השנה כולה20 – איז פאַרשטאַנדיק, אַז הדגשת ענין הגאולה ומשיח שבשמחת תורה ווערט דערנאָך נמשך על ובכל השנה כולה.
ובהדגשה מיוחדת בשנה זו – שנת ה'תשנ"ב, ר"ת הי' תהא שנת נפלאות בה21, וועלכע איז כולל לכל לראש די נפלאות הגאולה22. ובפרט ע"פ המדובר כמ"פ לאחרונה, אַז לויט אַלע סימנים שטייען מיר היינט אויף דעם שוועל פון דער גאולה, ווען "הנה זה (משיח) בא"23, ותיכף ומיד רגע לאח"ז – כבר בא.
ב. דערפון איז אויך מובן בנוגע צו דער עבודה פון אידן וואָס פאָדערט זיך בשמחת תורה, והמשכה במשך כל השנה כולה, ובמיוחד בשנה זו – אַן עבודה דורכגענומען מיט דעם ענין פון גאולה און משיח. דאָס הייסט, אַז אַ אידן'ס אויפפירונג אין אַלע ענינים אין זיין טאָג טעגלעכן לעבן אויך בזמן הזה תיכף ומיד פאַר דער גאולה – איז מעין ובדוגמת דעם לעבן און הנהגה פון אידן בימות המשיח ממש.
[וואָס דאָס איז אויך די הדגשה המיוחדת בתקופה האחרונה בהנוגע דעם לימוד פון "הלכתא למשיחא"24, די הלכות וואָס זיינען נוגע צו דעם לעבן פון אידן בזמן הגאולה25].
איינער פון די ענינים העיקריים לעתיד לבוא – איז (ווי געבראַכט פריער פון תניא) וואָס דעמאָלט וועט זיין די שלימות פון "אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו": עס וועט נתגלה ווערן בכל העולם כולו אַז עס איז ניטאָ קיין מציאות אחרת זולתו ית', "אין עוד מלבדו".
ובדוגמת זה פאָדערט זיך אויך אין דעם לעבן פון אַ אידן – אַז ער זאָל דערהערן און פילן בכל עניניו ממש, אַז "אין עוד מלבדו". דאָס הייסט: ניט בלויז אַז די כוונה און תכלית פון אַלע עניני העולם איז אלקות, ובמילא איז זיין עבודה אין אַן אופן וואָס "כל מעשיך לשם שמים"26, און "בכל דרכיך דעהו"27, אָבער ס'איז פאַראַן אַ מציאות פון "חול", "מעשיך" און "דרכיך" (נאָר – תכליתם איז קדושה), נאָר נאָכמער: אַז די עניני העולם עצמם זיינען אלקות, און במילא "הערט" זיך מלכתחילה כלל ניט קיין אַנדער מציאות, וואָרום "אין עוד מלבדו".
ויש לומר, אַז דאָס איז די הוספה און חידוש אין דער גירסא במשנה ובריתא28 "אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני"29, לגבי דער גירסא הנפוצה "אני נבראתי לשמש את קוני": "אני נבראתי כו'" – איז מדגיש, אַז עס איז דאָ אַ מציאות וועלכע איז נברא געוואָרן, נאָר די גאַנצע כוונה און תכלית פון איר בריאה איז מערניט ווי "לשמש את קונו": "אני לא נבראתי כו'" איז דער טייטש30 – אַז אַ מציאות פון אַן אדם כשלעצמה איז בכלל ניטאָ ("אני לא נבראתי"), דער איינציקער ענין וואָס איז דאָ – איז דער "לשמש את קוני"31.
– ועפ"ז אולי יש לומר דעם ביאור אין דעם עיכוב המבהיל פון דער גאולה – אַז דאָס איז מצד דעם וואָס באַ אידן האָט געפעלט שלימות אין דער דרגא פון עבודה באופן פון "אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני", וואָס דוקא דורך דעם קומט מען צו דער גאולה וועלכע וועט זיין אין דעם אופן (פון "אין עוד מלבדו")32. – איצטער איז אָבער דער עיכוב שוין אויך אַראָפּ, ובמילא איז "הכל מוכן לסעודה", סעודת לויתן ושור הבר ויין המשומר33 בגאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש.
ג. האמור לעיל האָט אַ שייכות מיוחדת צו אידישע קינדער, תינוקות של בית רבן, ווי חז"ל זאָגן34: "אל תגעו במשיחי35 אלו תינוקות של בית רבן".
איינער פון די ביאורים אין דעם (נוסף אויף דעם פירוש אין מפרשים36): דער חינוך פון תינוקות של בית רבן דאַרף זיין אין אַן אופן אַז די תינוקות ווערן אינגאַנצן דורכגענומען און דורכגעדרונגען מיט דעם ענין און נקודה פון "משיח"37, אַזוי, אַז בשעת מ'גיט נאָר אַ קוק אויף אַ אידיש קינד איז וואָס זעט מען? – משיח'ן!
זייער גאַנצע מציאות איז "משיח" – דער גילוי פון "אתה הראת גו' אין עוד מלבדו".
ויש לקשר זה אויך מיט דעם וואָס בשמח"ת – וועלכער איז פאַרבונדן במיוחד מיט משיח כנ"ל – געפינט מען אַ הדגשה במנהג ישראל, אַז אויך תשב"ר פרייען זיך און טאַנצן מיט דער תורה (און דורך זייער גרויסע שמחה בשמח"ת – ווערט נתגלה נאָך מער ווי זיי זיינען "משיחי"38).
ואדרבה: וויבאַלד אַז דער עיקר השמחה פון שמחת תורה איז ניט דורך לימוד התורה, נאָר דוקא דורך טאַנצן מיט דער תורה — טאַנצן מיט די ספרי תורה ווי זי איז איינגעהילט אין אַ מפה און באַקרוינט מיט אַ כתר תורה, וואָס דעמאָלט איז גאָר ניט שייך לערנען אין איר — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דעמאָלט איז בעיקר מודגש די שייכות פון תורה צו אַלע אידן — מהגדולים ועד הקטנים והכי קטנים — בשוה ממש.
ויש לומר, אַז דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דער שייכות און גילוי המיוחד פון משיח'ן בשמחת תורה — וואָס אויף ימות המשיח שטייט אַז "לא ילמדו עוד איש את רעהו כי כולם ידעו אותי למקטנם ועד גדולם"39; און דעריבער איז אויך די הנהגה בשמחת תורה מעין ובדוגמת זה2.
ד. דער ענין איז ספּעציעל אונטערשטראָכן אין די תינוקות של בית רבן פון אונזער דור — וועלכע ווערן אָנגע־ רופן (בהסכמת גדולי ישראל) מיטן נאָמען "צבאות השם":
דער נאָמען "צבאות השם" באַדייט — אַז די קינדער זיינען אינגאַנצן איבער־ געגעבן און בטל צו דעם אויבערשטן, בדוגמא (און נאָך מער) ווי "סאָלדאַטן" צו זייער "גענעראַל". און ביז בלשון הכתוב ביצי"מ40 — "הוציא ה' את בני ישראל מארץ מצרים על צבאותם", נאָך העכער ווי די מדידות והגבלות פון אַ "צבא"41.
דערפון איז מובן, אַז אין די אידישע קינדער — אינגעלעך און מיידעלעך — פון אונזער דור, איז נאָך מער ניכר בגלוי ווי זיי זיינען "משיחי", "משיחי" פון דעם אויבערשטן אַליין. וועלכע ווערט די הכנה והקדמה קרובה אויף דער התגלות פון דעם משיח הכללי פון אַלע אידן, בגאולה האמיתית והשלימה.
ו"כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"42: כשם ווי דעמאָלט "יצאו כל צבאות ה' מארץ מצרים"43, אַזוי וועלן די "צבאות השם" פון אונזער דור אַרויסגיין פון דעם איצטיקן גלות לגאולה האמיתית והשלימה ותיכף ומיד ממש.
וכולל ובמיוחד די אידישע קינדער וועלכע געפינען זיך דאָ איצטער, וועלכע זיינען אויפגעהאָדעוועט געוואָרן — בשנה שעברה און אַזוי וועט עס זיכער נמשך ווערן — אין אַן אופן אַז בשעת מען גיט אַ קוק אויף זיי זעט מען "משיח". ובפרט בשעת די קינדער טאַנצן אין די הקפות פון שמיני עצרת ושמחת תורה.
ה. דעריבער — און בכדי צואיילן נאָך שנעלער די גאולה, זי זאָל קומען בהקדם הכי אפשרי ביז תיכף ומיד ממש — איז מתאים, אַז די אַלע תינוקות של בית רבן וואָס געפינען זיך דאָ איצטער זאָלן זאָגן (יעדערער פון זיי און אַלע צוזאַמען) "לחיים".
און אויך די מחנכים, מלמדים און מנהלים פון די "צבאות השם" זאָלן זיך משתתף זיין אין דעם דורך זינגען (צוזאַמען מיט די קינדער) דעם ניגון פאַרבונדן מיט "צבאות השם" [כמנהג העולם אַז אַ צבא האָט אַ "מאַרש", אַ ניגון משלהם; און עס דאַרף דאָך זיין "אזלת לקרתא הלך בנימוסי'"44]. און זיכער וועט דער גאַנצער "עולם" מסייע זיין אין דעם, און עס באַטראַכטן פאַר זייערער אַ זכות, וויבאַלד אַז דורך די קינדער ווערט נמשך אויך צו זיי דער טיטול מיט וועלכע די קינדער ווערן אָנגערופן — "משיחי"45.
און דערפון נעמט מען דערנאָך דעם כח אויף דער עבודה במשך כל השנה (כנ"ל אַז פון שמח"ת ווערט נמשך אויף כל השנה) — ובמיוחד באַ מחנכים ומנהלים בכלל, ובפרט באַ די שלוחים פון נשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר — וואָס זייער עבודה ושליחות מיוחדת באַשטייט פון הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה, און — במיוחד — די עבודה ושליחות צו ברענגען משיח צדקנו בפועל ממש46, כולל — דורך לייגן אַ ספּעציעלע הדגשה אויף דעם ענין החינוך פון אידישע קינדער וועלכע ווערן אָנגערופן "משיחי".
ויהי רצון, אַז יעדער איד און אַלע אידן, כולל — אידישע קינדער, זאָלן פּראַווען די הקפות פון שמח"ת צוזאַמען מיט דעם אויבערשטן אַליין — כמאמר חז"ל47 "עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים . . וכל אחד ואחד מראה באצבעו כו' ואמר48 ביום ההוא הנה אלקינו זה קוינו לו ויושיענו זה ה' קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו". ותיכף ומיד ממש.