שיחת אור לה' טבת תשנ"ב - מוגה
שיחת אור ליום ה' פ' ויגש, ה' טבת* ה'תשנ"ב
א. דער היינטיקער טאָג ה' טבת איז פאַרבונדן מיט דעם שחרור און "פדיון שבויים" פון די ספרים און כתבים פון רבותינו נשיאינו אין ספריית אגודת חסידי חב"ד ליובאַוויטש, שבנשיאותו ובהנהלתו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.
ו"הימים האלה נזכרים ונעשים גו'"[1] – אַז בשעת עס קומט דער טאָג מדי שנה בשנה, איז "נזכרים" און דורך דעם "נעשים" די ענינים וועלכע האָבן זיך אויפגעטאָן בפעם הראשונה[2].
ועל פי דברי המשנה[3] "מצוה גוררת מצוה" (אַז דער קיום פון אַ מצוה בריינגט דעם מענטשן (המקיים את ה־ מצוה) צו מקיים זיין נאָך אַ מצוה, ובפרט ובעיקר – מקיים זיין די מצוה עצמה) – וואָס דאָס איז אַ כלל בנוגע צו יעדער מצוה, עאכו"כ בנוגע צו דער "מצוה רבה"[4] פון פדיון שבויים – איז פאַרשטאַנדיק, אַז די מצוה און ענין פון פדיון שבויים וועלכע האָט זיך אויפגעטאָן אין דעם טאָג פון ה' טבת [וואָס איז מעין ובדוגמת דעם ענין פון פדיון שבויים בפשטות[5]], בריינגט „(גוררת)" אַז מ'זאָל מקיים זיין (נאָך מצוות, ובפרט ובעיקר) מצות פדיון שבויים, און אין דעם ענין (פון פדיון ספרים) זעלבסט:
בימים אלו איז דאָ אַ "קבוצה" פון ספרים, צוזאַמען מיט כתבי־יד המצורפים לספרים אלו, וועלכע וואַרטן אויף זייער פדיון שבויים, אַז זיי זאָלן אומגעקערט ווערן צו זייער אמת'ן בעל הבית, וואָס דאָס איז נשיא דורנו דער רבי דער שווער, אומגעקערט ווערן צו זיינע ד' אמות, וועלכע זיינען צוזאַמען מיט די ד' אמות פון דעם בית הכנסת ובית המדרש ובית מעשים טובים (וגמילות חסדים בפרט) – "בית רבינו שבבבל"[6].
און וויבאַלד אַז "מצוה גוררת מצוה" – איז מובן עד"ז בנדו"ד, אַז דער (קיום מצות) פדיון שבויים בה' טבת – בריינגט[7] אויך דעם (קיום מצות) פדיון און אומקערונג פון די ספרים און כתבי יד האמורים.
ויש להוסיף, אַז דער ענין האמור [פון "מצוה גוררת מצוה" – ממצוה אחת דפדיון שבויים למצוה שני' דפדיון שבויים] איז נאָך מער אונטערשטראָכען בשעת ס'רעדט זיך וועגן פדיון שבויים פון ספרים:
ספרים פון תורה זיינען אַן ענין פון חכמה8 [און אין דעם גופא – חכמה קדושה, חכמת התורה]. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז יעדער ספר אין תורה איז נוגע אויך צו אַלע אַנדערע ספרים, וויבאַלד אַז דורך דעם לימוד און דער ידיעה אין דעם ספר קומט צו אַ הוספה אין דער הבנה והשגה פון אַנדערע ספרים.
אַזוי אויך בנוגע לעניננו: היות אַז די שלימות הלימוד פון די פריערדיקע ספרים (וואָס זייער פדיון האָט זיך אויפגעטאָן בה' טבת) איז תלוי אין דעם לימוד הספרים הנמצאים לע"ע בשבי,' קומט אויס, אַז די שלימות הפדיון פון די ספרים9 (בה' טבת) – איז בשעת דאָס בריינגט דעם פדיון פון די ספרים האמורים (און אַלע אַנדערע ספרים) וועלכע וואַרטן נאָך אויף זייער פדיון.
[ובפרט אַז זיי זיינען ביידע אַ חלק פון איין ספרי' – ספריית אגו"ח חב"ד שבנשיאותו דכ"ק מו"ח אדמו"ר, נשיא דורנו].
ב. ועוד וג"ז עיקר (ואדרבא – הוא העיקר):
די מצוה פון פדיון שבויים (בה' טבת) – בריינגט (ע"ד "מצוה גוררת מצוה") אויך דעם אמת'ן און פולקאָמן פדיון שבויים דורך דעם אויבערשטן – דער פדיון פון אַלע אידן (וכל עניני תורה וכל הענינים כולם) פון דעם גלות צו דער גאולה האמיתית והשלימה.
ויש להוסיף, אַז אויך דער ענין (די שייכות פון פדיון שבויים להגאולה) איז מודגש במיוחד בנוגע צו פדיון שבויים פון ספרים – כידוע10, אַז דער ענין הגאולה איז תלוי אין דעם פדיון (דער בירור וזיכוך והעלאה) פון אַלע ניצוצי קדושה וועלכע געפינען זיך "בשבי'" אין דעם העלם והסתר פון וועלט; און וויבאַלד אַז אַלע ענינים הויבן זיך אָן און ווערן נמשך פון תורה11 – איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער כח אויף דעם קומט פון דעם ענין דוגמתו בתורה – דער פדיון פון עניני תורה וועלכע געפינען זיך בשבי'.
ג. נאָך אַ נקודה אין דער שייכות פון די צוויי ענינים:
דער אמת'ער פדיון שבויים און נצחון פון די ספרים איז, כמובן ופשוט, דוקא בשעת אַז דורך דעם קומט צו נאָך מער אין לערנען ספרים פון תורה12 [כולל בעיקר – אין דער לימוד בספרים אלו]. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער טאָג פון ה' טבת דאַרף מיט זיך בריינגען אַ חיזוק והוספה בלימוד ספרים פון תורה, אָנהויבנדיק פון דעם ערשטן "ספר"13 בתורה שבע"פ – ספר המשניות.
ועפ"ז איז מובן נאָך מער ווי דער פדיון הספרים בריינגט צו דעם פדיון הכללי דהגאולה – כמפורש אין פסוק14 "ציון במשפט תפדה גו'", ד.ה. אַז דורך לימוד התורה [וואָס אין דעם באַשטייט כנ"ל דער אמת'ער נצחון ופדיון הספרים] – ווערט אויפגעטאָן די פדי' פון "ציון". ובפרט דורך לימוד הספרים15, אָנהויבנדיק פון ספר המשניות16 – כמאמר חז"ל17 "אין כל הגליות הללו מתכנסות אלא בזכות המשניות".
און דער "ציון במשפט תפדה" איז נאָך מער בהדגשה – דורכן לימוד אין די ספרים וואָס זיינען נפדה געוואָרן18.
ולהוסיף, אַז פון דעם איז אויך מובן בהנוגע לפועל – אַז דער מאורע פון ה' טבת דאַרף בריינגען לכל לראש אַ חיזוק והוספה בלימוד הספרים19, כולל ומתחיל מלימוד המשניות – וואָס דאָס בריינגט אַז פון דעם פדיון הספרים קומט מען גלייך צו דעם פדיון פון דער גאולה, כנ"ל. און דורך די עצם החלטות בזה – איז וויבאַלד אַז דער אויבערשטער זעט אַז דאָס זיינען החלטות אמיתיות און מ'וועט זיי זיכער מקיים זיין, זיינען די החלטות עצמן פועל20 פּונקט ווי מ'וואָלט שוין געלערנט די משניות'ן21.
ד. ויש להוסיף ולקשר כל הנ"ל – ע"ד הרמז – צו פרשת השבוע, פ' ויגש:
עס שטייט אין זהר22, אַז "ויגש אליו יהודה" איז דער ענין פון סמיכת23 גאולה לתפלה (אַז פון ברכת "גאל ישראל" גייט מען גלייך אַריבער – בלי שום הפסק – צו תפלת העמידה, אָנהויבנדיק מיט דעם פסוק24 "אדנ"י שפתי תפתח גו'", וואָס "כתפלה25 אריכתא דמיא)".
דער עיקר 27טעם אויף סמיכת גאולה לתפלה איז בכדי אַז די תפלה זאָל נתקבל ווערן, ווי ער זאָגט אין ירושלמי28 "כל מי שאינו תוכף לגאולה תפלה למה הוא דומה לאוהבו של מלך שבא והרתיק (ודפק29) על פתחו של מלך, יצא לידע מה הוא מבקש ומצאו שהפליג, עוד הוא הפליג (גם המלך הפליג ממנו30)".
מעין ועל־דרך זה איז אויך בנידון־דידן:
ה' טבת איז אַ טאָג פאַרבונדן מיט דעם ענין פון "גאולה" – די גאולה און פדיון פון ספרי רבותינו נשיאינו (כנ"ל סעיף א). און תיכף בסמיכות צו דער "גאולה" איז דאָ די "תפלה" ובקשה כו' אויף די ספרים וועלכע וואַרטן נאָך אויף זייער פדיון, ועוד ועיקר – די תפלה אויף דעם פדיון הכללי בגאולה האמיתית והשלימה (כנ"ל ס"א ואילך).
און דורך דעם וואָס די תפלה קומט בסמיכות לגאולה, ובנדו"ד – אַז די תפלות הנ"ל קומען בסמיכות צו דער פעולה פון "גאולה" – דער פדיון שבויים וועלכער האָט זיך אויפגעטאָן ביום זה, ה' טבת – 31איז דאָס פועל, אַז דער אויבערשטער זאָל מקבל זיין תפלות בני ישראל, און תיכף ומיד32 פודה זיין די אַלע ספרים, און פודה זיין אַלע אידן בגאולה האמיתית והשלימה;
ו"בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"33 גייט מען צוזאַמען מיט אַלע ספרים – סיי די ספרים וואָס מ'האָט שוין אומגעקערט, און סיי די ספרים (וכת"י) וואָס מ'גייט אומקערן תיכף ומיד ממש – לארצנו הקדושה.
ה. על פי מ"ש (בהמשך צו "ציון במשפט תפדה", כנ"ל ס"ג) "ושבי' בצדקה"14, ד.ה. אַז צדקה טוט אויף דער ענין פון פדיון שבויים (וכמאחז"ל34 "גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה") – וועט מען איצטער מאַכן יעדערן פון אייך אַ שליח לצדקה. מ'וועט געבן צוויי שטרות: איין שטר מיט וועלכן יעדערער קען טאָן כטוב בעיניו, און אַ צווייטן שטר אויף אָפּגעבן לצדקה.
ויה"ר אַז דער קיום מצות הצדקה זאָל ניט נאָר מקרב ומזרז זיין די גאולה, וואָס אויך זירוז האָט כמה שיעורים ואופנים, זאָל דאָס זיין אַ זירוז ע"ד ווי סמיכות גאולה לתפלה – אַז דאָס איז בלי שום הפסק. ד.ה. אַז דורך דער מעשה הצדקה האָט מען תיכף ומיד (און נאָך קודם המשך הדיבור בכל דברים אלו) די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו (צוזאַמען מיט אלי' הנביא זכור לטוב המבשר את הגאולה35). ובמילא וועט מען אָפּגעבן די צדקה (וכל המשך הענינים שלאח"ז) בארצנו הקדושה, ובירושלים עיה"ק, ובהר הקודש. – [און אויב ח"ו ס'וועט זיין אַן עיכוב, וועט מען דאָס אָפּגעבן בזריזות יעדערער במקומו ובעירו, ובהוספה מדילי'].
ועוד והוא העיקר – אַז "בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו", האנשים והנשים והטף – איז "ארו עם ענני שמיא"36 – צוזאַמען מיט די החלטות טובות בנוגע צו צדקה און מעשים טובים בכלל ובפרט – בארצנו הקדושה, און דאָרטן – בירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש השלישי. ותיכף מיד ממש.
[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן לכאו"א מהנוכחים שיחיו ב' שטרות של דולר, הא' – לעשות בו כטוב בעיניהם, והב' – לתתו (או חילופו) לצדקה].
הערות שוליים
- ↑ לשון הכתוב – אסתר ט, כח.
- ↑ ראה רמ"ז בס' תיקון שובבי"ם, הובא ונת' בס' לב דוד (להחיד"א) פכ"ט. ולהעיר ממשנה ספ"ג דגיטין. שו"ת הר"י אירגס (בסו"ס מבוא פתחים) ס"ה בארוכה.
- ↑ אבות פ"ד מ"ב.
- ↑ ב"ב ח, ריש ע"ב. רמב"ם הל' מתנות עניים פ"ח ה"י. וראה גם טושו"ע יו"ד ר"ס רנב.
- ↑ דמובן, שגודל הענין שבמצות פדיון שבויים (שפודים ישראל השבוי ביד אוה"ע) הוא ג"כ בנוגע לכל ספר וספר בתורה – תורתו של הקב"ה – הנמצא בשבי' תחת ידי זרים. ובפרט שהתורה (כולל כל ספר בתורה) היא "חיינו ואורך ימינו" (נוסח ברכת "אהבת עולם" דתפלת ערבית – ע"פ נצבים ל, כ)*. *) ולהעיר ממאחז"ל (ברכות נז, א. וש"נ) "אל תקרי מורשה אלא מאורשה", ולכן "עובד כוכבים שעוסק בתורה חייב מיתה" (סנהדרין נט, א).
- ↑ מגילה כט, א. וראה בארוכה לקמן ח"ב ע' 465 ואילך, בענין מקדש מעט זה בית רבינו שבבבל.
- ↑ ויש בזה גם הסיוע מהקב"ה – כהמשך לשון המשנה שם „שכר מצוה מצוה", שמן השמים מסייעין ומזמינים ביד מי שעשה מצוה אחת שיעשה אחרת (ראה רע"ב, מדרש שמואל, ועוד), כולל ובעיקר – שיעשה מצוה זו עצמה.
*) היום בו "דידן נצח" באופן גלוי לעיני כל העמים (בבית המשפט הפדרלי) בנוגע לספרי וכתבי רבותינו נשיאינו שבספריית ליובאַוויטש.